Top 10 similar words or synonyms for קאנוויאר

ציינדלעך    0.902879

פייכקייט    0.901862

פרינטן    0.901591

צוגעטשעפעט    0.886870

אויוון    0.886065

מוסקל    0.883683

טרעפ    0.882649

אויער    0.878966

ארויסלאזן    0.878585

פאלעטס    0.878092

Top 30 analogous words or synonyms for קאנוויאר

Article Example
באגאזש באהאנדלונג די קאנוויאר סיסטעם איז וואונדערליך צוזאמענגעשטעלט און מאכט ווייניג טעותים. יעדע גרויסע לופטפעלד פארמאגט א קאנוויאר סיסטעם פון הונדערטער און אפילו טויזענטער קאוויארס וועלכע פירן ארום די באגאזשן און טיילן זיי אליינס אפ לויט די דעסטינאציעס וואו זיי דארפן גיין. ביי די ענדע פון יעדע קאנוויאר איז פאראן א סקענער וועלכע כאפט אויף וועלכע פעקל דארף יעצט ארפגיין פון די קאנוויאר און גיין צו אן אנדערע דעסטינאציע. די ארבעט ווערט געטאן דורך א ספעציעלע מאשין וועלכע זיי רופן א שטופער. די שטופערס עפענען זיך ווען עס דארף אדורכלאזן א פעקל אדער וועלן זיי ארויסשטופן א פעקל צווישן אלע אנדערע צו אן אנדערע קאנוויאר.
באגאזש באהאנדלונג יעדעס פעקל וואס דארף ווערן געטראנספערט ווערט ארויפגעלייגט אויף א טראנספער קאנוויאר וועלכע סקענט יעדע פעקל און פירט אלעס אריין צום הויפט סיסטעם און עס ווערט געשיקט צו זיין דעסטינאציע אויפ'ן זעלבן סיסטעם.
באגאזש באהאנדלונג טראץ וואס די גאנצע סיסטעם ארבעט אויטאמאטיש זענען פאראן מענטשליכע אבזערווירער וועלכע שטייען ביי יעדע פונקט און מאכן זיכער אז אלעס פארט נארמאל. אויב עפעס פאלט אראפ אדער פארפאסט א קאנוויאר וועלן די אבזערווירער דאס צוריקשטעלן אויפ'ן פלאץ.
באגאזש באהאנדלונג יעדעס פעקל וועט ערשט ארויפגיין אויף א קאנוויאר און דערנאך וועט עס נעמען די די-סי-ווי שינעס און צום לעצט וועט עס צוריק אראפגיין אויף אן אנדערע קאנוויאר וואו עס וועט דעגרייכן זיין דעסטינאציע. דאס איז גענוי ווי א ראוד סיסטעם וואו די אויטאס מוזן נוצן די לאקאלע ראוד אנצוקומען צו די הייעוועי און דערנאך וועלן זיי ווייטער נעמען די לאקאלע ראודס אראפ פון די הייעוועיס. די די-סי-ווי שינעס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ גענוי ווי א הייעוועי האט נישט קיין סטאפ סיינס אדער רויטע ליכט. אבער וואס עס מאכט זיך יא איז טראפיק וועלכע וועט פארלאנגזאמען די שינעס און אלעס וועט געדויערן פיל לענגער.
באגאזש באהאנדלונג א די-סי-ווי זעט נישט אויס צופיל אנדערש ווי א ראלער קאוסטער. עס פארמאגט אייזערנע שינעס צו וועלכע עס איז באהאפטן קליינע שאכטלעך וועלכע אנטהאלטן די באגאזשן. יעדע שאכטל ליגט אביסל אנגעלאנט צו איין זייט אז די באגאזשן זאלן נישט קענען ארויספאלן ביי א שנעלן דריי. ווען א שאכטל ווערט ליידיג וועט עס ווייטער פארן צו די נעקסטע קאנוויאר וואו עס וועט אויטאמטיש אראפגענומען ווערן פון די שינעס און זיך אויסגראדן מיט'ן קאנוויאר אז די באגאזשן זאל גרינג קענען אריינפאלן. איינמאל עס איז פיל פאלט עס צוריק ארויף אויף די שינעס און פארט ווייטער.