Top 10 similar words or synonyms for פייכקייט

מוסקל    0.922972

אויוון    0.908405

קאנוויאר    0.901862

סקרין    0.901376

רייבן    0.897511

ציינדלעך    0.897344

אויבערשטע    0.894611

רעזערוואר    0.892722

רינדיגע    0.891235

צוגעטשעפעט    0.888990

Top 30 analogous words or synonyms for פייכקייט

Article Example
וואלד פייער פייכקייט איז די איינציגסטע וועטער באדינונג וועלכע שטער א פייער. אין א פייכטע וועטער וועט דער פייער האבן א שווערע ארבעט אויסצוטרוקענען די פייכקייט פון דער לופט און זיין ברענשטאף. אויסערדעם וועט א פייכטע וועטער גאר קעמפן קעגן א פייער ווייל עס קילט אפ די היץ פונעם פייער מיט די פייכקייט אין איר אסטמאספערע.
הויז קאנסטרוקציע אויף די איזאלירונג ציט מען איבער א ספעציעלע פלאסטיק וועלכע ווערט גערופן VaPOR BARRIER. די פלאסטיק פארהאלט די פייכקייט וועלכע זאמעלט זיך אן אין די הויז פון אריינגיין אין די ווענט. ווען נישט די פלאסטיק וואלט אין די ווינטער, ווען עס זאמעלט זיך אן אסאך פייכקייט אין די ווארימע הויז, די פייכקייט אריינגעדרינגן אין די ווענט און וואלט פארניכטעט די איזאלירונג. אמאל האט מען דאס נישט גענוצט ווייל די דרויסנדיגע ווענט זענען נישט געווען אזוי גוט פארמאכט ווי מען בויט היינט און די פייכקייט האט גרינג געקענט אויסוועפן. אלטע הייזער האבן דאס טאקע נישט און עס איז נישט קיין פראבלעם דארט.
לופטקילער דער אפקילונג סיסטעם ווענדט זיך אבער בעיקר אויף די מאס פייכקייט וואס עס איז פאראן אין די לופט. אויב עס איז זייער פייכט (הומעד) וועט עס דארפן נוצן מער ענערגיע אפצוקילן דאס וואסער און אויב עס איז פאראן ווייניג פייכקייט אין די אטמאספערע וועט דאס וואסער ווערן אפגעקילט זייער שנעל אפילו אויב עס איז גאר הייס.
האנטוך א האנטוך איז אן אפוויש טיכל, געווענליך אויסצוטרוקענען פון פייכקייט און נאסקייט, אדער פון שמוץ. עס קען זיין גרויס, וואס מען ניצט נאכן באדן, טושן, שווימען און טובל'ן, אדער קליין ספעציעל פאר אפווישן די הענט.
שניי עס איז אנגענומען אז עס קען נאר שנייען אין א מילדערע ווינטער טאג אבער אין פאקט האט שוין געשנייט אין די גרעסטע פרעסטן אזוי לאנג ווי די לופט האט פארמאגט גענוג פייכקייט אין זיך צו האלטן די שניי.
באק פולווער בעיקינג פאודער קומט שוין מיט די עסיד קאמפאנענט און אויך א טרוקענער אגענט (סטארטש) וועלכע האלט דאס טרוקן. בעיקינג פאודער קומען היינט אין צוויי פארמאטן, SINGLE ACTING און DOUBLE ACTING. די איינצעלע אקט פאודער הייבט אן ארבעטן ווען עס גרייכט פייכקייט. די סטארטש גייט פארביי און די כעמיקאלן לעבן אויף אויפ'ן מאמענט און מוז געשטעלט ווערן צום באקן גענוי ווי מיט בעיקינג סאדע. די דאפעלטע אקט פאודער פארמאגט צוויי אנדערע געמישן פון כעמיקאלן וועלכע ארבעט אין צוויי פאזעס. די ערטשע פאזע הייבט אן ארבעטן ווען עס גרייכט פייכקייט אבער די עיקר ארבעט הייבט זיך ערשט אן ווען עס גרייכט הויכע טעמפרעאטורן.
הויז קאנסטרוקציע די עיקר ארבעט פון א סלעב פונדאמענט איז אויסצוגלייכן די שטח וועלכע דארף זיין הונדערט פראצענט גלייך בעפאר מען גיסט די צעמענט. מען לייגט געווענליך קליינע שטיינער (גרעוול) צו באפעסטיגן און אויף דעם פלאסטיק וועלכע האלט צוריק פייכקייט פון צוברעכן דעם פונדאמענט און אויף דעם גיסט מען ארויף די צעמענט.
סטים סיסטעם פארע סיסטעמען ארבעטן אויפן זעלבן פרינציפ ווי הייס וואסער סיסטעמען נאר אנשטאט הייסע וואסער צירקולירט פארע (די רויך וועלכע וועפט אויס פון אויפגעקאכטע וואסער) אריין אין די רערן און אין די ראדיאטארס. די הויפט מעלה פון פארע איז די פייכקייט וועלכע עס טראגט ארום און גיט אן אנגענעמע הייצונג אן קיין גערודער. עס זענען פאראן דריי סארט פארע סיסטעמען:
ברויט אויב איר נעמט א רעפטל ברויט און וועט דאס באטראכטן פון דער נאנט וועט איר באלד באמערקן אז דאס איז פיל מיט קליינע לעכער. די לופט לעכער מאכן דעם ברויט ווייעך ווי א ספאנדזש. איר וועט אויך באמערקן אז ברויט איז פייכט. אויב איר וועט לאזן דעם רעפטל אינדרויסן פאר עטליכע שטונדן וועט די גאנצע פייכקייט אויסטרוקענען און דאס רעפטל וועט מער נישט זיין צום עסן.
גלאבאלע אנווארעמען די וועטער ווייסט יעדער וואס עס מיינט. דאס איז די טעמפרעאטור, ווינט שנעלקייט, פייכקייט און טרוקנקייט, זון אדער וואלקן פון יעדע באזונדערע געגענט. יעדע געגענט האט זיך איר אייגענע וועטער אויסשטעל און אויב עס רעגנט אין ניו יארק סיטי מיינט נאך נישט אז עס רעגנט אין אלבאני. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז וועטער איז א קורצע טערמין וועלכע איז שייך צו א לאקאלע געגענט און יעדע געגענט האט זיך איר אייגענע וועטערס.