Top 10 similar words or synonyms for שאכטלעך

אקסלען    0.940935

מוזעאמס    0.928424

העלצער    0.925362

קארדס    0.924788

אינעווייניגסטע    0.915201

פליגלן    0.914512

קארבאנאט    0.912770

וואלקענעס    0.911137

ציגארן    0.910250

פענכער    0.910055

Top 30 analogous words or synonyms for שאכטלעך

Article Example
שווארצע שאכטל אין זייער אסאך פליגער עקסידענטן זענען די שווארצע שאכטלעך געווען די איינציגסטע טייל פון דעם פליגער וועלכע איז ארויסגעקומען אומבאשעדיגט צוליב איר ספעציעלע געבוי וועלכע קען אויסהאלטן שווערע היץ, ווילדע קראכן, און זייער אסאך דרוק. די שאכטלעך זענען ווי א מויער צו די מעמארי קאמפאנענטן אינעווייניג וועלכע אנטהאלטן די אינפארמאציע וועלכע עס האט רעקארדירט.
שווארצע שאכטל דער רעקארדירער באשטייט פון א שטארקע שאכטל און א צאל מעמארי באורדס וועלכע זענען גרויס 1.75 אינטשעס ביי איין אינטש. די שאכטלעך קענען רעקארדירן א מאקסימום פון 2 שטונדן אויף די שטימע רעקארדירער און 25 שטונדן אויף די דאטן רעקארדירער.
שווארצע שאכטל כאטש די רעקארדירער ווערן גערופן "שווארצע שאכטלעך", זענען זיי אין פאקט גאר א שרייענדע אראנדזש קאליר וועלכע מאכט זיי גרינגער צו געפינען צווישן די ברוכווארג פון א געקראכטע פליגער. דער נאמען שווארצע שאכטל שטאמט פון אמאל ווען די שאכטלעך זענען טאקע געווען שווארץ. די אראנדזשע קאליר איז ספעציעל גאר מערקבאר אין וואסער וועלכע איז א וויכטיגע זאך ווייל רוב עקסידענטן פאסירן העכער'ן וואסער. (דער סיבה דערצו איז ווייל פליגער מוזן געזעצליך פארן ווי ווייט מעגליך העכער'ן וואסער כדי צו מינימיזירן די צאל טויטע אין פאל פון אן עקסידענט אויף די יבשה).
שווארצע שאכטל אגב, שווארצע שאכטלעך זענען שוין היינט נישט נאר פאר פליגער. טייל אויטא פירמעס האבן דאס שוין אריינגעשטעלט אין זייערע אויטאס, אריינגערעכנט די וועלט'ס גרעסטע אויטא מאכער דזשי-עם וועלכע פארמגט עס שוין היינט אין טויזענטער פון אירע אויטאס.
שווארצע שאכטל ביידע שווארצע שאכטלעך באקומען זייער עלעקטריק קראפט פון איינע פון די צוויי קראפט קוועלער וועלכע יעדע פליגער נעמט פון די מאטארן. אין פאל די מאטארן מאכן פראבלעמען אדער לעשן זיך אויס וועלן זיך די רעקארדירער אויך פארלעשן און מען וועט נישט קענען הערן פון דארט און ווייטער אפילו אויב עס וואלט נאך געדויערט עטליכע מינוטן ביז ווילאנג דער פליגער קראכט.
שאפליפטינג מעטאלענע שאכטלעך אדער אנצוג – די טעגס וועלכע פייפן ווען מען פירט דאס דורך ביים טיר וועלן נישט ארבעטן אויב עס ליגט ארומגענומען מיט אייזן. גנבים האבן קליינע אייזערנע קעסטעלעך אין וועלכע זיי לייגן אריין די גע'גנב'טע סחורה און שפאצירן ארויס כאחד האדם. טייל האבן אפילו ספעציעלע אנצוג אין וועלכע עס איז אריינגענייט אייזן צו פארמישן די פריקווענסיס און די טעגס זאלן נישט ארבעטן.
שיצפאס דאס רעדל אויף וועלכע די סיט בעלט דרייט זיך ארויף און אראפ ליגט נאנט צו א שמאלע הויכע שאכטל וועלכע האט לעכער וואו די שפיצן פון די ציינדלעך פון די רעדלעך גייען דורך. אינעווייניג אינעם שאכטל איז פאראן צוויי שטעקענעס מיט ציינדלעך דערויף. די שטעקענעס ליגן אויפ'ן אונטערשטן טייל פון די שאכטלעך און רירט נישט צו די ציינדלעך פון די סיט בעלט רעדל.
מיסט מאנאזשעריע די צוויי מעטאדן לעזן ארום 30 פראצענט און וועט לעזן נאך מער אינעם צוקונפט ווייל ווי גרעסער דער מיסט פראבלעם ווערט אלס מער וועלן די רעגירונגן שטודירן און קוראזשירן דאס פאלק צו רעסייקלן. געוויסע שטעט, ווי ניו יארק, פארלאנגן געזעצליך מען זאל רעסייקלן אלע פראדוקטן וועלכע זענען ראוי דערפאר כדי צו פארגרינגערן די שטאט מיט'ן מיסט פראבלעם. אנדערע שטעט האבן נישט קיין געזעצן דערויף אבער אלע שטעלן צו א רעסייקלינג פראגראם און קוראזשירן די איינוואוינער ארויסצושטעלן די פראדוקטן אין די ספעציעלע שאכטלעך.
שאפליפטינג ריטורן גניבות – גנבים געבן צוריק נאכגעמאכטע פראדוקטן אדער ליידיגע שאכטלעך און אמאל צעבראכענע זאכן וועלכע זיי טוישן אויף מיט די ארגינעלע סחורה און מאכן די געלט פון צוריק געבן. עס זענען פאראן פעלער אין וועלכע דער גנב וועט פשוט נעמען זאכן פון געשעפט און באלד צוגיין און פרובירן דאס צוריק צו געבן אן א רעסיט. די גרויסע געשעפטן שפילן זיך נישט ארום מיט צוריק געגעבענע זאכן און אויב דער קאסטומער הייבט אן פארפירן וועט מען אים באלד נאכגעבן.
שווארצע שאכטל היסטאריקערס זאגן אז די רייט ברידער האבן שוין פיאנירט פלייט דאטן רעקארדער אין זייערע ערשטע פליגער מאדעלן וועלכע האט רעקארדירט די פארשטעלונג פון די צוויי פראפעלערס אויף וועלכע יענע פליגער האבן אפערירט. וויאזוי אימער, האט מען ערשט אנגעהויבן נוצן שטימע רעקארדירער נאך דעם צווייטן וועלט קריג און אין 1960 איז ערשינען די אזויגערופענע "שווארצע שאכטלעך" וועלכע האבן אנגעהויבן אינסטאלירט ווערן אין אלע פליגער פון די וועלט און עטליכע פירמעס האבן דאס פראדוצירט און פארקויפט.