Top 10 similar words or synonyms for קווארטין

לעווי    0.950749

פאבלא    0.944032

זך    0.943800

פאסטערנאק    0.934003

השלישי    0.927130

סטעפאן    0.926846

האפוד    0.922856

בעברית    0.922505

אודות    0.921685

בראון    0.920220

Top 30 analogous words or synonyms for קווארטין

Article Example
זבולון קווארטין ער האט אויך געשריבן עטליכע ביכער, אפאר אויף חזנות, און ער האט געשריבן אן אויטאביאגראפיע אויף זיין לעבן, צוערשט א קורצע אינעם ביכל די געשיכטע פון חזנות, און אין די שפעטערע יארן אן אייגענעם ביכל מיטן נאמען מיין לעבן.
זבולון קווארטין זבולון איז געבוירן דעם 25סטן מערץ 1874 צו זיין פאטער שלום קווארטין, א טעקסטיל סוחר און פייערדיגער חסיד פון ר' יצחק יואל ראבינאוויטש מקאנטאקוזיווע. פון קינדווייז אן האט זבולון געארבעט אין טאטנס פאבריק, אויך איז ער געווען אן ארבעטער ביי א ספרים איינבינדער און א שלעסער.
זבולון קווארטין זיין שוואגער האט אים געשטיפט צו גיין לערנען זיך קול אויסנוצן, כדי צו ווערן א חזן. ער האט נישט געוואלט, אפערע און קלאסישע מוזיק האט אים מער פאראינטערסירט. זיין פאטער האט אמאל געפרעגט פון חזן ירוחם בלינדמאן, זיין מיינונג אויף זבולון.
זבולון קווארטין נאך זיין חתונה, איז ער איינגעשטאנען ביי זיין שווער, און אויף שבת האט מען אים געגעבן מפטיר, נאכהער האט מען אים פארבעטן פארצודאווענען מוסף, ער האט צוגעטרעטן צום עמוד, און מיט דעם האט זיך זיין קאריערע אנגעפאנגען. צו ערשט אלס חזן אין זיין היימלאנד און שפעטער אין בודאפעסט. אין 1903, איז ער געווארן חזן אין וויען, עסטרייך.
זבולון קווארטין אין 1926, האט ער אפגעשטאט א באזוך אין פאלעסטינע, און ער האט באשלאסן זיך צו באזעצן אויפן כרמל בארג , וואו ער האט זיך געקויפט א הויז. ער האט דארט געדאוונט און אויפגעטרעטן אויף קאנצערטן ביז אין 1937 ווען ער איז צוריק קיין אמעריקע, וואו ער איז געווארן א חזן אין נוארק, ניו זשערסי.
זבולון קווארטין ער האט רעקארדירט פילע חזנישע קאמפאזיציעס אויפן דאווענען, און איז בארימט מיט זיין אייגנארטיגן ווארימען גאנג אויפן וואליהנער נוסח.
זבולון קווארטין זבולון (זאוול) קווארטין (25סטן מערץ 1874 - 3טן אקטאבער 1952) איז געווען א בארימטער יודישער חזן פון א חסידישער משפחה אין כאנאראד (היינט אוקראינע).
זבולון קווארטין אין 1914, איז ער פארבעטן געווארן צו קומען צו א רייע קאנצערטן אין אמעריקע, אבער צוליבן אויסבראך פון דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער געמוזט אפלייגן זיין רייזע. אין 1920, נאך דער ענדע פון קריג, האט ער זיך ארויסגעלאזט קיין אמעריקע, וואו ער האט אויפגעטרעטן אין ניו יארק, אין מעטראפאליטן אפערע. דער ערשטער קאנצערט זיינער, האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. די קומענדיקע קאנצערטן זענען שוין געווען בעסער, צו דער ענדע האט ער באשלאסן זיך צו באזעצן אין אמעריקע. עמנואל טעמפל, אין ברוקלין, האט אים אויפגענומען פאר זייער חזן, פאר 12,000 דאלער א יאר, א ריזן סומע פאר יענער צייט. ער איז זייער רייך געווארן פון זיינע אויפטריטן און קאנצערטן, ווי אויך פון באטייליגן זיך אין רעקארדירטן חזנות.
זבולון קווארטין קווארטין איז פאררעכנט אלס איינער פון די פיר גרויסע חזנים אין דער גאלדענע תקופה פון חזנות, ראזנבלאט, הערשמאן, דוד רויטמאן און קווארטין. "טיהר רבי ישמעאל" פון די סליחות אין מוסף פון יום כיפור איז זיין מערסט באוואוסטע חזנות שטיקל.
זבולון קווארטין ער איז געשטארבן 1952, אין ניו זשערסי, און ער איז געברענגט געווארן צו קבורה אין ישראל.