Top 10 similar words or synonyms for צאר

קייזער    0.875028

טראן    0.852715

פויבסט    0.847981

קיסר    0.821326

פירשט    0.816743

סולטאן    0.792253

גלח    0.771356

רעזשים    0.769614

איטאליענישן    0.769020

קעניג    0.765371

Top 30 analogous words or synonyms for צאר

Article Example
אנטיסעמיטיזם אין רוסלאנד אין יאר ה'תרס"ה, האט ענדליך אויסגעבראכן דעם מערכה אויף אן ערנסטן אופן. די פויערן האבן אפן ווידערגעשפעניגט קעגן דעם צאר און פארלאנגט אן אייגענע ממשלה. כאטש דער צאר האט דאס פרובירט מבטל זיין ביד חזקה (דעם ערשטן טאג זענען גע'הרג'ט געווארן מער ווי 1000 פויערן דורך די סאלדאטן פונ'ם צאר], האט דער צאר געמוזט עפעס נאכגעבן און האט אוועקגעשטעלט דער "דומא", א שטיקל רעגירונג געוועלט דורכ'ן פאלק. דער צאר האט גוט פארשטאנען אז ער שטייט אויף גאר א געפערליכן מצב און ער האט מחליט געווען צו גיין ביז'ן סוף אין זיין מלחמה קעגן עם ישראל. בסוד סודות, האט מען צווישן די ווענט פון די צארישע פאלאץ צוגעגרייט פארשידענע פלענער וויאזוי צו "ערקלערן" צו דעם רוסישן פאלק ווער זייער "אמת'דיגע" שונא איז, און וואס מ'דארף מיט עם טון [רח"ל]. איין מיניסטער איז געווען געשטעלט מסדר זיין די "פלוצלינגדיגע" פאגראמען.. אן אנדערע צו זען אז מ'זאל נישט איינזעצן קיין איינער פון די גוים וועלכע זענען משתתף אין זיי, א.א.וו. כדי צוצוהעלפן צום ענין, האט די ממשלה אויפגעשטעלט אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "די שווארצע הונדערטער", וועלכע איז געווען צוזאמגעשטעלט פון קבוצות פון הונדערט ווילדע מענטשן אין יעדן איינס, וואס זייער "ארבעט" איז געווען מסדר זיין און אויספירן די פאגראמען קעגן די יודן. אין דעם זעלבן יאר, האט מען אטאקירט 660 יודישע קהילות דורכאויס רוסלאנד. אין שטאט אודעססא [ביים שווארצן ים] אליינס זענען גע'הרג'ט געווארן 300 יודן. טויזנטער יודן זענען פארוואונדערט געווארן און נאכמער האבן כמעט נישט געהאט פון וואס צו לעבן. דער צאר האט דאן אויסגעטיילט "מעדאלן" צו די ראשים פון די "שווארצע הונדערטער" און דער גאנצע וועלט האט צוגעקוקט אומגלויבנדיג דעם שלעכצקייט פון דער צאר. א יאר דערנאך, תרס"ו, האט דער צאר געלאזט דעם מיליטער משתתף זיין אין פאגראמען אין ביאליסטוק און אין שעדליצע. דער "דומא" אין וועלכע עס זענען געווען אויסגעוועלט אפאר יודן אויך, האט געמאכט פראבלעמען פאר'ן צאר. דער דומא האט פארלאנגט חוקר צו זיין ווער עס איז שולדיג און זיי ברענגען צום משפט. דערפאר האט דער צאר געזען דערצו, אז במשך די נעקסטע צוויי יאר, ביז תרס"ז, האט מען "אויסגערייניגט" דער דומא פון איר יודן. עטליכע זענען אריינגעווארפן געווארן אין תפיסה און עטליכע זענען גע'הרג'ט געווארן דורך די שווארצע הונדערטער. דער דריטע דומא, וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר תרס"ז, איז געווען אינגאנצן פיל מיט שונאי ישראל. דער צאר האט כסדר מדגיש געווען אז אלע פאגראמען זענען "פלוצלינג" פארגעקומען אלס דעם גרויסן "כעס" פון דעם "רוסישן פאלק" קעגן די יודן. עס האט אבער נישט אסאך געהאלפן, ווייל מער און מער רוסן האבן זיך צוגעשטעלט צום מרידה. דער צאר האט נאר געקענט האפן אז צוריק שטעלן דעם "בלוט-בלבול" אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געהערט געווארן, דאס וועט עם ראטעווען.
מנחם מענדל בייליס ר' מענדל ענדיגט ליינען, און זיין בלוט איז כאילו געפרוירן איז זיינע איברים. דאס גאנצע מדינת רוסלאנד ובראשם דעם צאר ניקאליי האבן זיך געשטעלט קעגן עם.
דענענבורג דעם 14טן יאנואר 1893 האט דער רוסישער צאר אלעקסאנדער דער דריטער פארארדערנט צו ענדערן דעם נאמען פון דער שטאט אויף דווינסק.
ערשטע וועלט-מלחמה איז רוסלאנד האבן די באפעלקערונג דערקעגנט דאס באהאנדלען פון דער מלחמה. נאך דעמאנסטראציעס אין דער הויפטשטאט פעטראגראד האט דער צאר ניקאליי אבדיקירט אין מערץ 1917.
יצחק זעליג מארגנשטערן אין תר"ע איז ער געווען איינער פון די פינף רבנים וואס מ'האט זיי אויסדערוויילט צו דער רבנישער אסיפה וואס דער צאר ניקאליי דער צווייטער האט צוזאמענגערופן אין פעטערבורג.