Top 10 similar words or synonyms for פארמעגנס

קאנטראקטארס    0.896927

דעפארטמענטס    0.890617

אנטיסעמיטן    0.881074

סעסיעס    0.879746

סעקטארס    0.877639

זיכערהייטן    0.876490

אונטערנעמונגען    0.869130

באראקן    0.864956

אומרעגולערע    0.864066

עמפפינדליך    0.863948

Top 30 analogous words or synonyms for פארמעגנס

Article Example
סאטמאר מחלוקת אין קרית יואל בנוסף צו די קהלה פארמעגנס איז דארט דא א פאליטישע רעגירונג וואס באשטייט פון א מאיאר און 4 טראסטיס.
סאטמאר מחלוקת אין די זעלבע צייט איז און די צוויי אנדערע גרעסטע סאטמארער צענטערן, קרית יואל און בארא פארק אויך אנגעגאנגען רענגלערייען איבער די אייגענטימערשאפט. לויט טייל אנאליסטן זענען די ווערד פון פארמעגנס אין די צוויי צענטערן מער ווערד ווי וויליאמסבורג.
ווילנער געטא אויפן 6טן און 7טן סעפטעמבער 1941, זענען די יידן געצווינגען געווען אריבערגיין וווינען אין געטא. 38,000 יידן זענען איבערגעבליבן נאך דעם זומער, און אויף דעם 2טן סעפטעמבער, זענען יידן וואס זענען געווען געצווינגען צו פארלאזן זייערע היימען, און 3,700 זענען אויסגעמארדעט געווארן. די יידן האבן נאר געמעגט נעמען זאכן, וואס זיי האבן געקענט טראגן, און נישט זייערע פארמעגנס, און אנדערע שווערע חפצים.
חיים בן עטר ער שרייבט אין זיין ספר איבער זיינע יונגע יארן וואס ער האט מיטגעליטן מיט אלע אידן די גזירות פון די רעגירונג פון גאר הויכע שטייערן, וואס ס'איז געווען נישט איבערצוטראגן. זיין שווער, א גרויסער עושר, האט מען פארכאפט אין תפיסה, ווי ער איז דארט אויך נפטר געווארן. דעם אוה"ח הק' אליינס האבן זיי אויך געזוכט צו ארעסטירן, מ'האט אים אויך געכאפט נאר מיט אסאך השתדלות האט מען אים באוויזן ארויסצונעמען פון דארט. פאר אבער האט די רעגירונג קאנפיסקירט אלע פארמעגנס פון דער משפחה, איבערלאזנדיג דעם אוה"ח הק' בעירום ובחוסר כל. פון דארט איז ער געגאנגען פון איין מדינה צום צווייטן, מיטמאכנדיג אסאך, בעיקר פון הונגער.
יוחנן הורקנוס דער ערשטער אנטיוכוס האט געשיקט זיין מיליטער קעגן יהודה, און יוחנן האט זיך געמוזט אפגעבן מיט דעם. נאכן באלאגערן ירושלים, און יידישע משכונות זענען גענומען געווארן צו דמשק, ווי אויך ריזיקע פארמעגנס, זענען צוגענומען געווארן פון יהודה, יוחנן האט זיך געמוזט פארפליכטן פאר אנטיוכוס, צו שיקן סאלדאטן ווען אימער אנטיוכוס וועט זיי דארפן. אזוי האט עס אנגעהאלטן, ביז אנטיוכוס איז געשטארבן, אין א קריג אין יאר 129-. דעמאלט האט יוחנן פארשטארקט די יידישע זעלבסטשטענדיקייט, און מער נישט זיך געפארכט פון די יוונים, ווייל אנטיוכוס' נאכפאלגער, זענען נישט געווען שטארק, און האבן קיין כח נישט געהאט, צו גיין אין א מלחמה קעגן יהודה. יוחנן האט דעמאלט געלאזט גיסן מטבעות, די ערשטע עס צו טון, זינטן חורבן פון ערשטע בית המקדש.
היסטאריע פון קאנאדע נויטנדיג זיך אין מער מיליטער האט זיך אנגעהויבן אן אישו אויב מען זאל ארויפצווינגן מיליטערישע שטעלונג אויף אלע בירגער העכער 18 יאר אלט. די ענגלישע האבן באלד איינגעשטימט אויף אזא פלאן אבער די פראנצויזן האבן דאס אפגעווארפן. קינג האט אבער געהאט אסאך דרוק פון די קאנסערוואטיוון באלד איינצושטעלן דעם מיליטערישן פליכט סיסטעם אבער מיט גאר שטארקע קעגנערשאפט פון קוויבעק האט ער אפגעזאגט זיין דעפענס מיניסטער דזשעי על רעלסטאן וועלכער איז געווען דער הויפט שטיצער פון דעם סיסטעם. עס האט נאר געהאלפן אויף דערווייל אבער ווי נאר די קריג איז אריין אין איר צווייטע פאזע אין 44', ווען די ערנסטע שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן אין פראנקרייך און נאך אזויפיל קאנאדישע פארלוסטן אין די געוועזענע יארן, איז דער סיסטעם בלית ברירה צוריק איינגעפירט געווארן. ווי ביי די ערשטע וועלט קריג האט זיך דאס בילד פון לאנד געטוישט ווען אלע מענער האבן אנגעהויבן דינען מיליטער און די פרויען האבן ווידער איבערגענומען די ביזנעסער. ווי נאר די פאראייניגטע שטאטן האט דעקלערט קריג קעגן יאפאן האט קאנאדע צוזאמענגענומען אלע אירע יאפאזענער איינוואוינער און זיי קאנצענטרירט אין צענטער פון לאנד און צוגענומען אלע זייערע פארמעגנס און זיי פארקויפט פאר געלט.