Top 10 similar words or synonyms for פארלאנגזאמען

ארויסצולאזן    0.915882

פייפן    0.909964

פליסיגקייט    0.909779

פרעגלען    0.909571

אנפלאנצן    0.909157

ענדזשין    0.908650

וואש    0.905119

פרוף    0.905085

בולעט    0.902405

דענאמינאטאר    0.899300

Top 30 analogous words or synonyms for פארלאנגזאמען

Article Example
קאסמאס שאטל די צוויי מאנעווערע סיסטעמען שפילן דער גרעסטער ראלע ווען דער שאטעל לאנדט אין וועלכע דער שאטעל דארף מאכן אסאך ווילדע מאנעווערעס צו פארלאנגזאמען דעם וועג אראפ ווי מיר וועלן באלד זען.
עקאנאמיע פון מעקסיקע מיט אלע פארבעסערונגן איז קאמיוניקאציע נאך אלץ א טאטאלע דורכפאל פאר אזא לאנד ווי מעקסיקע, אמעריקע'ס שכן. אינטערנעט איז דארט לימיטירט צוליב די אפגעשוואכטע טעלעפאן ליניעס וועלכע פארלאנגזאמען די קאמיוניקאציע דורך אלטמאדישע סיסטעמען. רוב טעלעפאן ליניעס גייען דורך די הויפט שטעט און פון דארט גייט עס ווייטער.
לעשאויטא דאס איז א אייזערנע זייער וועלכע ווערט געלייגט אונטער די הויז וועלכע ווערט גענוצט צו ברענגען וואסער פון אן אזערע אדער סווימינג פול און פילטערט אויס די שמוץ עס זאל נישט אריינגיין אין די וואסער ליניע און פארלאנגזאמען די וואסער סופליי אדער שעדיגן דעם מאטאר.
כינע זייענדיג אונטער קאמוניסטישע קאנטראל ווערט די אינדוסטרי סעקטאר פלאנירט אויף יעדן טריט און שריט דורך די רעגירונג'ס קאמוניסטישע פלאנירונג סיסטעם. יעדע עטליכע יאר טוישט מען די פלענער און ווען עס ארבעט זיך ווייטער נישט אויס טוישט מען צוריק. אין 979' איז געווען די גרעסטע אזא אויפשאקלונג ווען די רעגירונג האט באשלאסן צו פארלאנגזאמען שווערע אינדוסטרי מאנופעקטשערינג און פארשנעלערן די לייכטע אינדוסטריע מאנופעקטשערינג פון וועלכע מען זעט אסאך שנעלער דאס געלט.
קאסמאס שאטל ווען דער אריינברעכונג איז פאראיבער האט דער שאטעל שוין דורכגעמאכט די שווערסטע טייל פון לאנדן און יעצט דארף עס אנהייבן פארלאנגזאמען זיין גיכקייט וועלכע איז נאך אלץ בערך 15,000 מייל פער שטונדע. דער שאטעל מאכט 4 מאנעווערעס וועלכע דרייט איבער דעם שאטעל זייטיג 40 גראד און פארלאנגזאמט די גיכקייט. די 4 מאנעווערעס ווערן געטאן עטליכע מינוט אפגעריקט איינע פון די אנדערע און אינאיינעם פירט עס אראפ די גיכקייט ביז עטליכע טויזענט מייל פער שטונדע ווען עס הייבט אן גרייכן דעם לאנדונג צענטער.
קאמערע ליכטיקייט האט א טבע אז זי לויפט לאנגזאמער דורך א גלאז ווי אין דער לופט. ווען מען דרוקט אראפ די קנעפל ווערט ליכטיג פאר א סעקונדע, אבער די לענס טוט פארלאנגזאמען די ליכטיקייט וואס מאכט אז די לענס וועט גוט באטראכטן דעם אביעקט וואס זי זעט. יעצט ווען די ליכטיקייט גייט אוועק וועט די לענס האבן א בילד פון וואס זי האט נארוואס געזען דורך די שטארקייט פון די ליכטיקייט וואס איז געווען שטערקער ארום דעם אביעקט ווי אויפ'ן אביעקט אליין אדער פארקערט.
סעגוויי ווען דער סעגוועי וועט פארן שנעל און זען אז א מענטש אדער אויטא אדער גאר אן אנדערע סעגוועי קומט אים אנטקעגן, וועט זיך עס אויטאמאטיש פארלאנגזאמען און פארמיידן אן עקסידענט. ער איז ספעציעל אזוי געבויט אז אפילו ווען ער זאל שוין יא אריינקראכן (צום ביישפיל איינער וועט אריינשפרונגן גאר שנעל פארנט פון זיין נאז) וועט דער קלאפ נישט זיין שטערקער ווי א קלאפ ווען צוויי מענטשן שטויסן זיך אן אומגעראכטן. אויב עס וועט יא פאסירן אן ערנסטע עקסידענט איז עס ספעציעל אזוי דעזיינט אז אפילו אויב האלב פון דעם סקוטער וועט זיך צוברעכן וועט די אנדערע העלפט בלייבן שטיין און דער פאסאזשיר וועט נישט אזוי שטארק געשעדיגט ווערן.
באגאזש באהאנדלונג יעדעס פעקל וועט ערשט ארויפגיין אויף א קאנוויאר און דערנאך וועט עס נעמען די די-סי-ווי שינעס און צום לעצט וועט עס צוריק אראפגיין אויף אן אנדערע קאנוויאר וואו עס וועט דעגרייכן זיין דעסטינאציע. דאס איז גענוי ווי א ראוד סיסטעם וואו די אויטאס מוזן נוצן די לאקאלע ראוד אנצוקומען צו די הייעוועי און דערנאך וועלן זיי ווייטער נעמען די לאקאלע ראודס אראפ פון די הייעוועיס. די די-סי-ווי שינעס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ גענוי ווי א הייעוועי האט נישט קיין סטאפ סיינס אדער רויטע ליכט. אבער וואס עס מאכט זיך יא איז טראפיק וועלכע וועט פארלאנגזאמען די שינעס און אלעס וועט געדויערן פיל לענגער.
שלאף אויסער די אלע זאכן וועט די הארץ אויך פארלאנגזאמען איר קלאפעניש און דער מוח וועט אנהייבן צו טאן אינטערעסאנטע פארשטעלונגן וועלכע איז באקאנט אלס חלומות. לויט די חכמים איז א שלאפנדיגער מענטש ווי א זעכציגסטל פון טויט. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז דער שלאפענדיגער מענטש איז גארנישט אנדערש ווי א באוואוסטלאזע מענטש אדער איינער וואס איז אריינגעפאלן אין א קאומא ר"ל. דער איינציגסטער חילוק איז נאר אז דער שלאפנדיגער מענטש קען אויפגעוועקט ווערן דורך א שטארקע אויפשאקלונג אדער א הויכע גערודער און ער וועט באלד זיין צוריק א לעבעדיגער מענטש.
דייטשלאנד די בונדסראט באשטייט נאר פון 69 מיטגלידער וועלכע ווערן ערוועלט דורך דייטשלאנד'ס 16 סטעיט רעגירונגן. רעפרעזענטאציע אין די בונדסראט איז צוטיילט לויט די גרויסקייט פון די באפעלקערונג. רוב שטעט האבן 3 אדער 4 רעפרעזענטיוון און די גרויסע שטעט האבן ביז 6. דער סיסטעם איז גאנץ א גוטער ווייל אפילו די קלענסטע שטעט האבן מינימום 3 רעפרעזענטיוון וואס דאס גוט זיי מער מאכט וויפיל זיי האבן באמת און זענען נישט קיין מפיל קינדער ווי עס איז דער פאל אין די פאראייניגטע שטאטן. די מאכט פון די קליינע שטעט איז גענוג שטארק צו קענען וועטאאירן א רעזאלוציע וועלכע פארלאנגט א צוויי דריטעל מאיאריטעט ווי א נייע געזעץ אדער טויש אין די קאנסטיטוציע. די בונדסראט איז גענוג מאכטפול צו פארלאנגזאמען א ביל וואס ווערט געמאכט דורך די בונדסטאג אבער איז נישט בכוח דאס אינגאנצן אפצואווארפן אויסער ביי סטעיט אישוס ווי זי האט יא די רעכט צו באזייטיגן וואס עס שמעקט איר נישט.