Top 10 similar words or synonyms for פארגיפטיגן

דייקא    0.898230

בלינדע    0.895437

צווייטנס    0.891226

באגרייפן    0.888441

ארויסווייזן    0.884637

משונות    0.883351

איינזייטיגע    0.882989

עררייכן    0.882782

ומיד    0.881019

ראדער    0.877986

Top 30 analogous words or synonyms for פארגיפטיגן

Article Example
מנחם מענדל בייליס אין קורצן פון פריער: די שונאי ישראל געבן נישט אויף.. דער פרשה ווערט נאכאמאל געעפנט נאך די נייע ראיות, אבער דאס מאל זענען די שלטונות מחליט אז מ'וועט צוזאמשטעלן א 'ריכטיגע' באשולדיגונג ויהי מה. אלע וועלכע פרובירן מגלה זיין דעם אמת רודף'ט מען מיט אכזריות. דער אדוואקאט זאגט פאר ר' מענדל ער זאל נישט אננעמען עסן פון שטוב אלס חשש אז די גוים וועלן דאס פארגיפטיגן.
מנחם מענדל בייליס ר' מענדל האט מסכים געווען צום בקשה, אבער ער האט געוויסט אז די "שווארצע הונדערטער" קענען פארלאנגען פון איינער פון די שומרים פון תפיסה זאלן פארגיפטיגן דעם עסן פון תפיסה אויך. האט ער אריינגעגעבן א בקשה אז ער וויל אליינס נעמען דעם עסן פון די תפיסה פון דעם כללות'דיגע עסן. זיין חשבון איז געווען אז זיי וועלן אוודאי נישט פאר'סמ'ען דאס גאנצע עסן פון יעדן איינעם נאר כדי פטור צו ווערן פון עם...
מנחם מענדל בייליס איין טאג איז מר בארסקי געקומען אויף א באזוך. נאך זיי האבן אביסל געשמועסט, האט ער געזאגט אז ער האט א בקשה פאר ר' מענדל. ר' מענדל האט זיך געווינדערט וואס פארא בקשה ער קען האבן פון עם און ער האט געפרעגט "וואס קענט איר שוין בעטן פון מיר"! "איך וויל בעטן איר זאלט טון עפעס.. עפעס שווער.. אבער איר מוזט דאס טון"... "וואס? וואס איז דאס"? "דו זאלסט אויפהערן אננעמען די פעקלעך עסן פון דיין שטוב"!! ענטפערט ר' מענדל "אויב איר זאגט אזוי, וועל איך טון וואס איר הייסט מיר, איך פארשטיי אז איר ווייסט וואס איר טוט. אבער קענט איר מיר לפחות מסביר זיין פארוואס"? "יא"! ענטפערט מר בארסקי. "איך בעט אייך דאס צו טון ווייל די שווארצע הונדערטער האבן מפרסם געווען אז לעצטנס פרובירן די יודן אייך צו פארגיפטיגן! זיי טענה'ן אז די יודן האבן מורא אז דו וועסט 'מודה' זיין אין דיין 'שילד'.. פון דעם פארשטייען מיר אז די חברה ווילן זייער אייך שטיל מאכן.. און וועלן פרובירן צו פארגיפטיגן אייער עסן וואס איר באקומט פון שטוב כדי אז דער משפט זאל בטל ווערן אן דעם וואס זיי זאלן ליידן א שאנד קעגן די גאנצע וועלט ווען עס וועט נתגלה ווערן דעם אמת. זיי טראכטן אז אויב דו וועסט יעצט שטארבן [ח"ו] וועלן מענטשן ווייטער גלייבן אז דו ביסט געווען שולדיג. דערפאר האבן מיר מחליט געווען אז די איינציגע וועג איז אז דו זאלסט גענצליך אויפהערן באקומען עסן פון שטוב. אזוי וועלן זיי סיי נישט קענען זאגן אז די יודן האבן דיר פארגיפטעט און סיי זיי אליינס וועלן דיר נישט קענען פארגיפטיגן. מיר ווייסן אז דאס וועט זיין זייער שווער פאר אייך, אבער עס זעט אויס אז דאס איז די איינציגע וועג צוריקצוהאלטן די פלענער פון אט די מבקשי נפשך".