Top 10 similar words or synonyms for עמפפינדליך

חפיצים    0.899154

ציינער    0.866240

פארמעגנס    0.863948

קארפאראציעס    0.862041

זונות    0.859199

אינעווייניגסטע    0.857383

שטאנגען    0.855912

סעסיעס    0.855162

פארשטערקערן    0.854449

טעטיגקייטן    0.854161

Top 30 analogous words or synonyms for עמפפינדליך

Article Example
דער עניאגראם פון דער פערזענלעכקייט די דרייער טיפן זענען טויגליכע און פוהלטעטיג. זייער לעבן איז פול מיט טעטיגקייטן און באשעפטיגונגען און זייער צענטראלער ציהל איז – באגליקן!. רוב פון זייער ענערגיע וועלן זיי אריינטאהן צו פאראויס שטופן זייערע ציהלן און צו דערגרייכן די ענדגילטיגע זאכן וואס זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט אנצוקומען אהין ביזן באגליקן און אזוי גיין ווייטער צו די קומענדיגע ציהל און קומענדיגן פראיעקט. זיי וועלן פארשטעלן גרייזן און 'מסדר' זיין דער אמת כדי נישט אפצוהאלטן די פליכטן צו ווערן אויסגעפירט – די ציהל הייליגט די מיטלען!. זייער זעלבסט-פערזענליכקייט (ווי אזוי זיי נעמען ארויס אין מענטשן'ס אויגן) איז זיי זייער חשוב און זיי זענען זייער זעלבסט וויסנד צו דעם, ביז אזוי ווייט אז זיי אליין זעהען זיך אלס אזעלכע מענטשן ווי זיי ווילן אויסקוקן ביי אנדערע. עס איז דא ביי זיי א אומאטענטישקייט. זיי וועלן וויסן וויאזוי זיך צוצופאסן צו יעדע סיטואציע און ארויסרופן דעם ריכטיגן אויסקוק (רושם). זיי האבן א שטארקע כאריזמע און זענען זייער ציענד און זיי ווייסן זיך צו באנוצן מיט דעם צו פארבינדן נייע פארבינדונגען מיט מענטשן און צו פאראויסשטופן זייערע ציהלן. זיי שאפן פארבינדונגען גרינג, זיי זענען איינגענעם און עמפפינדליך בעזונדער צו מענטשן און צו דעם אופן וויאזוי די מענטשן קוקן אויף זיי, (וויאזוי זיי נעמען ארויס ביי מענטשן). זיי גייען פון איין ציהל צו די צווייטע און זיי קענען פאראויסרוקן אפאר פראיעקטן אויפאמאל. זיי ווייסן צו צונעמען טיף-איינגעדרייטע פראבלעמען און צוקומען צום עיקר, ווען אין שפיץ פון זייער באשעפטיגונג ליגט די וועג צו באגליקן. זיי וועלן זיך קיינמאל נישט באגענוגענען מיט דעם צווייטן פלאץ – די ערשטע פלאץ איז אלעמאל זייערע!. זיי האלטן חשוב א שטאנד און א סטאטוס, זיי האבן ליב איינערקענונג אין זיי, אז מען רעדט פון זיי און אז אלע ווייסן פון זיי (פרסום). זיי זענען טאלאנטפוהל, און זיי האבן נאטורליכע קענטעניסן צו פארקויפן און האנדלען, און דאס צוליב זייער קענטעניס צו דערקענען פון יענעמ'ס אויגן. טראצדעם וואס זיי זענען עמפפינדליך באשעפטיגן זיי זיך נישט מיט געפילן אדער מיטן פארגאנגענהייט. זיי זענען נישט קיין מענטשן וואס מען קען רעדן מיט זיי הארץ-שמועסן (ווי זיך אויסרעדן די הארץ א. א. וו.) און די פארשידנארטיגע קווענקלענישן. זיי מישן נישט אריין געפילן אין די ארבעט און בכלל כאפט די אבעט ביי זיי א גרויסן טייל פונעם לעבן, ביז אזוי ווייט ויי א נייגונג צו ווערן איינגעקויפט צו די ארבעט. זיי נייגן צו פארלאזן זייער פאמיליע און נאנטע געזעלשאפט ווי אויך זייער זעלבסט וויסנשאפט (ווי צום ביישפיל: זיי וועלן נישט פרובירן איינזעהן אדער וויסן וואס עס איז זייער סארט נאטור [זיי וועלן נישט וויסן צו זאגן פון אזא סארט זאך ווי די טעאריע פון די 9 טיפן]).
דער עניאגראם פון דער פערזענלעכקייט די פינפערס זענען די מענטשן וואס טראכטן אריין און פרובירן פארשטיין. זיי פירן זיך צו קוקן אויפן לעבן אזויווי זייטיגע צוקוקערס און צו צונעמען דעם לעבן מיט זייער קלארע פארשטאנד אנשטאט צו נעמען א טייל אין דעם לעבן. זיי האבן ליב זיך צו אפזונדערן פון מענשן און זיי דארפן האבן פריוואטקייט און אייגענעם פלאץ כדי צו צונעמען, פארשן און זיך אריינטיפן אין פארשידנארטיגע טעמעס, גלייבנדיג אז ווען זיי וועלן אפלערנען דעם לעבן דעמאלטס וועלן זיי ערשט קענען נעמען א טייל אינעם. די פינעפערס זענען זייער איידל און עמפפינדליך טראץ זייער דערווייטעטע און קאלטע אויסזען. זיי ווייזן נישט ארויס זייערע געפילן אינדרויסן און בכלל נייגן זיי נישט צו זיך פארען און באשעפטיגן מיט געפילן. עס פעלט זיי געזעלשאפטליכע טאלאנטן און קענען נישט פירן סתם-געשפרעכן (שיחות חולין). זיי זענען קלוגע, אינטעלעקטועלן, שעצן וויסנשאפט און דערקענען איין אין זיין וויכטיגקייט. זיי זענען שטילע און שעמעוודיגע און וועלן ענדערש נישט נעמען א טייל אין צוזאמקומס און מסיבות וואס עס איז דא דארט אסאך מענטשן, אבער זיי וועלן זיך פרייען צו זיין אין א קליינע געזעלשאפט פון באקאנטע מענטשן, ווי אויך פירן אינטעלעקטועלע געשפרעכן און זיך איינטיילן מיט די ברייטע וויסנשאפט וואס זיי האבן זיך איינגעשאפט. זיי נייגן צו אנכאפן א שטעלונג אפילו זיי גלייבן נישט אין דעם נאר כדי צו שאפן א דיון און הערן רעאגירונגען פון דעם צווייטנס פראקטיק אין לעבן. מיט די וועג פארברייטערן זיי זייער וויסנשאפט און פארשן די וועלט. די טיפן טראכטן אייגנארטיג, און מיט א אייגענע טראכטן גאנג און זענען טאלאנט פון אין צונעמען זאכן וואס דאס אלעס גיבט זיי די קענטעניס אויסצוטרעפן נייע זאכן (המצאות). זיי פירן נישט אויס פאקטיש מערסטנס פון זייערע בייפאלן ווייל דורכדעם וועלן זיי צוקומען צו זיך רייבן מיט די וועלט – א זאך וואס דערשרעקט זיי זייער און פון דעם האלטן זיי זיך אפ דורך צוריקגעהאלטנהייט.
דער עניאגראם פון דער פערזענלעכקייט די נומער 2 טיפן זענען ליבליכע מענטשן, וואלענטורן, ווארעמע און גוט-הארציגע. אמערסטנס פון זייער באשעפטיגונג איז צו טרעפן די באדעפענישן פון זייערע ארומיגע און געבן א ענטפער אויף זיי. אויך פאר פרעמדע מענטשן וועלן זיי זיך איילן צו געבן הילף. עס איז פאר זיי וויכטיג צו זיך פילן וויכטיג פאר אנדערע און אז אנדערע דארפן אנקומען צו זיי. עס איז זיי וויכטיג צו האלטן זייער שטאנד אלץ וויכטיגע אין דעם לעבן פון אנדערע. דאס געבן און דאס דארפן אנקומען צו זיי איז זייער מיטל צו פארזיכערן זייערע באציהונגען מען זאל זיי נישט פארלאזן. זיי נייגן צו פארלאזן זייערע אייגענע געברויכן און צומאל אינגאנצן נישט איינערקענען אין זייער אנוועזנהייט. די סארט מענטשן זענען זייער געזעלשאפטליכע, עס איז גרינג פאר זיי זיך צו באליבן ביי מענטשן און צו מאכן פארבינדונגען גרינג. זיי האבן ליב געזעלשאפט און גי פארבינדונג מיט מענשן איז זיי זייער וויכטיג. זיי האבן נישט ליב צו זיין אליין און טוהן זאכן אליין, דערפאר וועלן זיי כמעט שטענדיג זיין ארומגענומען מיט געזעלשאפט. ווען זיי וועלן טרעפן אז מען שעצט נישט זייער געבן און זייערע באמיהונגען קענען זיי רעאגירן מיט א אמוציאנעלע דראמאטישע אויסברוך און זיך זעהן אלץ א "פארפייניגטע געהייליגטע". זיי זענען זייער עמפפינדליך און זיי וועלן נישט קווענקלען צו אונטערשפארן אנדערע גייסטליך. זיי וועלן פארגינען און קאמפלימענטירן זייערע נאנטע און וועלן פילן זייער באגליק. דאס געבן און הילף ברענגט זיי צו גרויס צופרידנהייט, ווען די גאנצע וואס זיי ווילן אויף צוריק איז שעצונג. זיי זענען שטאלץ מיט זייער זעלבסטשטענדיגקייט און גלייבן אז זייערע ארומיגע דארפן אנקומען צו זיי און צו זייער הילף, ווען אין אמת'ן אריין זענען זיי די וואס דארפן א באשטעטיגונג און שוץ. זיי וועלן נישט בעטן הילף דירעקט, זיי וועלן ענדערש ווארטן אז אנדערע זאלן איינערקענען זייער ווילן און געברויכן אליין. די צווייערס [טיפן נומער 2] שפירן נישט אז מען ניצט זיי אויס. דורכן מיטל פון געבן און שענקען באנוצן זיי זיך צו דערגרייכן ליבשאפט. זיי ווערן זייער געטשעפעט און פילן זיך פארשטופט ווען מען זאגט אפ זייער הילף און זייער געשאנק. זיי נייגן צו אריינדרינגען אין יענעמס פערזענליכע זאכן ווען זיי העלפן און עצה'ן אויך ווען מען האט זיי נישט געבעטן קיין הילף אדער אפילו מען דארף נישט זייער הילף. זיי שפירן אז זיי ווייסן בעסער פון יענעם וואס איז גוט פאר איהם און וואס ער דארף און דערפאר וועלן זיי ארויפצווינגען זייער הילף אויף יענעם און נעמען אויפזיכטן אויף יענעמ'ס לעבן. עס איז זיי שווער צו זאגן 'ניין', און אפזאגן יענעם. צומאל פילן זיי אז צופיל מענטשן דארפן אנקומען צו זיי.
דער עניאגראם פון דער פערזענלעכקייט די פיר-טיפן זענען זייער עמפפינדליך, אויסערגעווינליכע, סענטיטיוו און נאסטאלגישע. זיי ציען צו די מעלענכאליע און טראגישקייט פון דעם לעבן און צו אלץ וואס איז ווייט און נישט דערגרייכבאר. זיי שפרינגען פון א גרויסע פרייד צו א טיפע טרויער און ס'קוקט זיי אויס אז דאס איז די וועג צו שפירן די טיפקייט פון לעבן. דער מיטל וועג איז נישט קיין איינערקענטער פלאץ פאר זיי און עס טוהט זיי אפילו דערשרעקן, וויבאלד דאס איז ביי זיי דער רוטינער-נארמאלער–טרוקענער – לעבן, אן קיין שטורעם און לוסטיגקייט. זיי שפירן א טיפער פעלערהאפט אין זייער לעבן און זיי נייגן צו זיך פארגלייכן צו אנדערע. אנדערע האבן עפעס וואס זיי האבן נישט און זיי לעבן מיט א שטענדיגע דארשט צו דערגרייכן דעם 'עפעס'. עס איז וויכטיג פאר זיי צו זיין אויסער ווי געוויינליך און טוהן זאכן מיט זייער אייגנארטיג אויסערגעוויינליכע וועג. זיי האבן א טאלאנט צו צונעמען זאכן און זענען באשאנקען מיט א אויסגעארבעטער דמיון-קראפט (כוח הדמיון), צו מאל ביזן צוטומלען צווישן דמיון און פאקט. זייער געדאנקען-גאנג (מהלך המחשבה) איז אייגנארטיג און פילפארביג און זיי זענען באשאנקען מיט שטארק-אויסגאערבעטע עסטעטיק (Aesthetic). זיי האבן ליב הארצ-שמועסן (שיחות נפש) און בכלל צו רעדן אויף געפילן. זיי האלטן זיך צוריק און שרעקן זיך זיך באשעפטיגן אין די נארמאלע לעבנסשטייגער און פון סתם-שמועסן (שיחות חולין). זיי ווערן גרינג פארליבט [אין מענטשן] און די ליבשאפט כאפט ביי זיי א צענטראלער טייל פונעם לעבן. אמערסטנס פון זייער לעבן זענען זיי באשעפטיגט צו זוכן די צווילינג-זעהל וואס מיט איר הילף וועלן זיי זיך שפירן פארפולקאמט און גאנץ. זיי זענען זייער אינטואטיווע און זיי זענען באשעפטיגט מיטן זיך זעלבסט זוכן און מיטן זוכן נאך דעם משמעות פון לעבן. זיי זענען קאנצעטרירט אין זיך און זייער לעבן פירט זיך ארום זייערע געפילן. זיי ווערן דרינג געטשעפעט און זיי נייגן צו רעאגירן דראמאטיש און אומפראפארציאנעל. עס איז זיי זייער שווער ווען מען מאכט זיך אומוויסנדיג פון זיי און זיי דארפן האבן אסאך אויפווייזונגען אז מען האט זיי ליב. יי זענען פילפארביג, און די מערסטנס טייל פון זיי זענען באשאנקען מיט א געוויסער פאכמאנישקייט (ווי צום ביישפיל: שרייבן, מאלעווען א. א. וו.) און דערפאר זענען אסאך פון זיי פאכלייט.