Top 10 similar words or synonyms for סיסילי

עוואריסט    0.890312

נילס    0.889850

אויפגעטוהן    0.889373

היספאנישע    0.888297

דזשיהאד    0.888229

געזעלשאפטליכע    0.887204

מעקמעהאן    0.886863

ערפורט    0.884150

army    0.883394

סטאטו    0.882520

Top 30 analogous words or synonyms for סיסילי

Article Example
מאפיא היסטאריקער זאגן אז די מאפיא איז צושטאנד געקומען מיט די יארן ווען די סיסילי אינזלן איז מערערע מאל אינוואדירט געווארן דורך אייראפעאישע אימפעריעס און רוב יארן איז זי געווען אקופירט דורך פרעמדע מאכטן. דאס האט געמאכט אז די איינוואוינער פון סיסילי האבן זיך גרופירט אין פאמיליעס און האבן געטאן וואס זיי האט געשמעקט זינט עס איז נישט געווען קיין סטאבילע רעגירונג וועלכע זאל זיי אפשטעלן פון זייערע שריט. דער פאקט אז סיסילי געפינט זיך אינעם צענטער פונען מיטללענדישן ים האט צוגעהאלפן די גרינדונג פון די מאפיא ווען די פאמיליע מיטגלידער האבן געהאט די געצייג צו טאן ביזנעס.
מאפיא דער קאמף קעגן די מאפיא אין סיסילי איז אנגעגאנגן אלע יארן ביז אין די פריע 80'ער יארן ווען צוויי פראקורארן וועלכע האבן געטאן אסאך שאדן פאר די מאפיע זענען אומגעברענגט געווארן אין באמבארדירונגן וועלכע האט אויפגעטריסעלט גאנץ סיסילי און האט געצווינגן די איטאליענער רעגירונג צו נעמען מער ערנסטע שריט קעקן די עקזיסטענץ פון די מאפיא. די רעגירונג האט געענטפערט זייער פארלאנג און האט אויפגעשטעלט אן אזויפגערופענער מעקס טרייל אין וועלכע ארום 400 מאפיא מיטגלידער זענען פאר'משפט געווארן פאר זייערע געמיינע מעשים און כמעט אלע זענען געפינען געווארן שולדיג. עס האבן אויפגעטרעטן הונדערטער עדות טראץ די פילע סטראשונגן פון די מאפיא אז זיי וועלן נקמה נעמען.
מאפיא אין די יארן בעפאר די צווייטע וועלט קריג איז די מאפיא שוין געווען אזוי מאכטפול אין סיסילי אז עס איז אוממעגליך געווען צו לעבן פאר זיך אן האבן עפעס קאנטאקט מיט די מאפיא. איינער האט געארבעט פאר זיי און א צווייטער איז געווען א קרבן. הארט בעפאר די קריג האט די איטאלענער רעגירונג אריינגעשטעלט דעם דיקטאטור בעניטא מוסאליני וועלכע האט זיך באלד גענומען צו די עבודה פון צוברעכן די מאפיא, נוצנדיג פארשידענע מיטלן וועלכע זענען אין טייל געווען ברוטאל. ווען די אליאירטע כוחות האבן איינגענומען סיסילי האבן זיי נישט פארשטאנען דעם מצב וואס דארט גייט פאר און האבן ארויסגעלאזט פון טורמע אסאך מאפיא מיטגלידער און טייל פון זיי האבן זיי גאר געשטעלט אויף גרויסע רעגירונג פאזיציעס וועלכע האט גאר פארשטערקערט די מאכט פון די מאפיא און זיי געגעבן צוטריט צו זאכן וועלכע זיי וואלטן נישט געקענט צוקומען אין יארן.
מאפיא די היסטאריע פון די מאפיא גייט צוריק הונדערטער יארן און שטאמט פון איטאליע. כאטש אנדערע לענדער פארמאגן אויך ארגאניזירטע קרימינאלע גרופעס איז אבער דער טיטול מאפיא ארויפגעלייגט געווארן אויף די איטאליענער קרימינאלע גרופעס וועלכע גרופירן זיך אין פאמיליעס ווי מיר האבן פריער דערמאנט. דער הויפט פלאץ אין איטאליע פון וואו די מאפיא שטאמען איז די סיסילי אינזעל וועלכע געפינט זיך דרום פון איטאליע, און דאס פלאץ ווערט באצייכנט אלס די בלופרינט פון די מאפיא.
מאפיא ווען די אייראפעאישע אימפעריעס האבן פארלאזט סיסילי אינעם 19טן יאָרהונדערט איז דאס ארט געבליבן אן קיין רעגירונג און די מאכטפולע פאמיליעס האבן אנגעהויבן געוועלטיגן ארום זייערע טעריטאריעס און האבן אנגעהויבן טאן פארברעכנס צו באקומען מאכט און געלט. זייערע פארברעכנס זענען קיינמאל נישט באריכטעט געווארן ערשט ווייל עס איז נישט געווען צו וועמען צו גיין און צווייטענס ווייל די געליטענע אליינס האבן מורא געהאט צו פארציילן צוליב די פארכט וואס זיי האבן געהאט צו די מאפיא לארדן. די פירער פון די פאמיליעס האבן זיך גערופן קאפאס און דער נאמען איז ביז היינט פארבליבן דער אפיציעלער נאמען פאר איינע פון די הויפט פאזיציעס אין די מאפיא.