Top 10 similar words or synonyms for נוצרים

עלייה    0.857951

פאליציסטישע    0.856020

געשענישען    0.847156

בערד    0.846681

וואלענטירן    0.844194

אויסצושטעלן    0.842776

לייז    0.841252

איבערוועגן    0.840549

feature    0.839547

זייטיגע    0.838828

Top 30 analogous words or synonyms for נוצרים

Article Example
ספר טוביה ספר טוביה איז א חיבור פון תקופת בית שני וועלכע ווערט ביי די יודן פאררעכנט ווי איינע פון די ספרים חיצונים אבער ביי די נוצרים ווערט עס יא פאררעכנט אלס איינע פון די הייליגע ספרים.
מנחם מענדל בייליס יעצט גייט עס ווייטער.. יעצט דארף מען אויפווייזן אז די רציחה איז געטון געווארן פאר 'רעליגיעזע' סיבות. כדי מ'זאל קענען גלייבן דעם טענה, האבן די פאפירן געברענגט די דעת פון 'מומחים' פון די נוצרים, וועלכע זענען געווען גרייט 'פעסטצושטעלן' מיט א זיכערקייט און א קלארקייט אז די יודן באנוצן זיך מיט בלוט כדי צו באקן די מצות.. מער האט ער שוין נישט געקענט ליינען און ערשט צופרי האט ער ממשיך געווען.
מנחם מענדל בייליס כאטש דאס איז זייער א מאנדע שאלה, האט דער 'פראפעסאר' זיך נישט 'פארלוירן' און האט געענטפערט אז עס איז קלאר אז די רציחה איז געטון געווארן דורך א יוד כדי 'נקמה צו נעמען פון די גוים'... ער האט צוגעלייגט אז דאס האט געמוזט זיין דורך איינער וואס איז אינגאנצן ביים דעת. ער האט צוגעלייגט נאך פארשידענע 'הסברים'. [טראץ דעם וואס דער חוות דעת איז געווען א שטיק ליצנות, האבן עס די שלטונות אנגענומען אלס אן אמת'ע זאך]. די צוויי פראפעסארן פון פעטראגראד זענען געווען גאנץ אן אנדערע מעשה.. גלאגאיעוו האט געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום חוק ביי יודן אז מ'מעג זיך באנוצן מיט בלוט לשום סיבה שהוא, און אוודאי נישט פאר רעליגיעזע ענינים. וויבאלד ער קען זיך אויס אין די פסוקים, ווייסט ער בבירור אז די תורה לאזט נישט נוצן בלוט און ער ווייסט נישט אז די איסור איז בטל געווארן עד היום הזה.. טראיעצקי האט געענטפערט מיט ענדליכע ווערטער. לגבי קבלה, האט טראיעצקי געזאגט אז אין דעם האט ער נישט קיין ידיעה און ער קען גארנישט זאגן בנוגע לה. דא האבן די שלטונות געטראפן וואס זיי זוכן.. עס איז דאך דא א גרויסע 'פראבלעם'.. די צוויי זענען געווען באוויסטע מומחים איבער גאנץ רוסלאנד. זיי האבן געהייסן פון די גרעסטע באקאנטע אין עניני יודן, און זיי זאגן אז די יודן נוצן בכלל נישט קיין בלוט.. וואס טוט מען דא? האבן זיי געזוכט די תשובה אין 'קבלה'.. זיי האבן איבערגעקערט הימל מיט ערד צו זוכן א 'מומחה' אין קבלה... זיי האבן געפונען פראנאיטיס, איינער פון וועם קיינער האט נאכנישט געהערט ביז יעצט, און ער האט געזאגט אז ער איז א גרויסע מומחה און גמרא און אויך אין 'קבלה'.. לויט זיין 'מומחיות' האט ער באשטימט אזוי: אלע יודישע רבנים, ווי אויך אלע יודן בכלל, זענען אייניג איז זייער שנאה קעגן די נוצרים. דערפאר קען ער באשטימען אז די איסור פון הרג'נען וואס שטייט אין די תורה איז נאר געזאגט געווארן פאר יודן... די נוצרים גייען נישט אריין בגדר 'אדם', לפי שיטתו.. [זעה שפעטעריגע פרקים]. ער האט אפילו א 'ראי'ה' אז די גמרא שטעלט צו בלוט צו מילך און וואסער... [י"ד שח"ט ד"ם]... נאך ער האט 'געענדיגט' מיט די גמרא, גייט דער 'מומחה' ווייטער צו קבלה.. ער איז 'מסביר' פונקטליך וויאזוי מ'דארף אויספירן א רציחה לויט'ן 'געזעץ' פון די יודן וכו' וכו'.. פראנאיטיס איז ממשיך מיט די 'דיעות' פון אנדערע 'מומחים' ווי עם.. בפרט דערמאנט ער וואס איינער האט אמאל מעיד געווען ביי אן צווייטן משפט אין דעם ענין. דער איינער איז געווען א יוד וואס האט זיך גע'שמד'ט רח"ל. לויט פראנאיטיס איז ער אמאל געווען א 'רב' און יעצט איז ער א גלח.. לויט דעם משומד מעגן יודן עסן געקאכטע בלוט.. ער זאגט אויך אז דאס העלפט פאר קראנקהייטן פון די אויגן.. אפילו לויט פראנאיטיס, האט דער 'גלח' נישט אליין געזען ווי יודן עסן בלוט, ער האט דאס נאר געהערט פון זיין טאטע וועלכע האט עס עם 'מגלה' געווען בסוד סודות, און ער האט עם באשוואוירן אז ער וועט דאס קיינמאל נישט ווייטער זאגן, און ווילאנג ער איז געווען א יוד האט ער דאס איינגעהאלטן.. כנראה, אז ווען ער איז געווארן א גוי האט ער מחליט געווען 'מיטצוטיילן' דעם וויכטיגע 'ידיעה' מיט די גאנצע וועלט...
מנחם מענדל בייליס "גוט! אויב דו שטעלסט דיך אויף דעם" הייבט ער אן, "וועל איך דיר דערציילן וואס איז געווען. זיין האבן מיר אריין געברענגט אינ'ם ביורא און דארט זענען געווען אסאך מענטשן, דער בעה"ב פונ'ם תפיסה און אנדערע. זיי האבן אנגעהויבן שמועסן מיר מיר. דו קענט דיך פארשטעלן מיין ערשטוינונג. קלער אריין ווער זיי זענען געווען.. און זיי שמועסן מיט מיר, אן איינגעשפארטע.. איך האב גוט פארשטאנען אז זיי ווילן דא עפעס האבן. דער בעה"ב האט אנגעהויבן רעדן מיט מיר ערנסטערהייט, ער האט גערעדט כאילו דא האנדלט זיך עפעס גאר וויכטיג און זיין גאנצע לעבן הענגט אויף מיין תשובה... "דו ביסט דאך א קריסט [נוצרי]" הייבט ער אן, "דו ביסט איינער פון אונז. איך בין זיכער אז עס גייט דיר אן דעם גורל פון דיינע ברודער די נוצרים. איך האב נישט קיין ספק אז דאס גיסן בלוט פון די נוצרים איז דיר גורם א דאגה נישט ווייניגער ווי צו אונז". ער האט געזוימט א רגע און דאן ממשיך געווען "דו ביסט אין איין צימער מיט ביילוס! זאג מיר וואס ער זאגט! צו האט ער דיר דערציילט עפעס"? מיין תשובה איז געווען זייער פשוט, "ער באוויינט זיין שלעכטע מזל און ער רעדט זיך אפ אז ער ליידט אומגערעכט און עס קומט עם נישט". דער אנקלאגער [תובע] רעדט אריין אין מיינע רייד מיט א שמייכל אויפ'ן פנים. "מיר ווייסן אז דאס איז וואס ער "זאגט", דאס איז דאס די סדר הדברים, אבער דו ביסט דאך א קלוגע בחור וואס פארשטייט מענטשן... דו קענסט וויסן ווען ער זאגט אמת און ווען ער זאגט ליגנט.. צו האט ער נישט אפאר מאל געגליטשט און געזאגט עפעס אנדערש"? "איך האב באלד געזען אז איך בין דא פאר א קבוצה שפילערס, און איך האב פארשטאנען אז איך דארף דא קלאר מאכן ווער איך בין"... "קוקט אהער מיינע געעהרטע הערן" האב איך געזאגט, "איך בין אויפגעוואקסן צווישן יודן. ווען איך בין געווען זעקס יאר האב איך פארלוירן מיינע עלטערן און איך בין געבליבן א יתום. די קרובים מיינע האבן מיר געשיקט ארבייטן ביי א יודישע סאטלעריי און איך האב זיך דארט אויסגעלערנט דעם פאך. איך בין געווען ביי עם אינדערהיים מער ווי צוועלף יאר. ווען איך בין פון דארט אוועק בין איך געווען אן ערוואקסענע מענטש, איך האב געהאט א פאך אין די האנט און איך האב געקענט חתונה האבן. איך האב געהאט חברים צווישן די יודן ווי אויך צווישן די גוים. איך ערלויב מיך צו זאגן אז איך קען אלע מנהגים פון די יודן איך וועגן אלע זייערע שטייגערן. איך בין צווישן זיי אויפגעוואקסן ווי איינער פון זיי, איך ווייס אז זיי וועלן נישט עסן א איי אויס עס געפונט זיך דארטן אפילו איין טראפ בלוט, ווייל דעמאלס איז די איי נישט כשר צום עסן. איך האב זיי געזען דאס טון [בודק זיין די אייער] הונטערטער מאל. איך האב געזען וויי זיי זאלצן פלייש, איך האב געפרעגט דעם בעלת הבית פארוואס זי טוט דאס, און זי האט געזאגט אז דאס איז צו דערווייטערן די בלוט פון די פלייש ווייל מ'טאר נישט עסן קיין בלוט בשום אופן. און ווען מענטשן קומען יצעט צו מיר און זאגן אז יודן באנוצן זיך מיט בלוט פון א מענטש, ווען זיי זאגן מיר אז יודן האבן גע'הרג'ט א גוי'שן קינד כדי צו נוצן זיין בלוט, קען איך - אלס גלויביגע קריסט - אייך זאגן אז די אלע סיפורים זענען א פאק נארישע שקרים... ווען איך האב געענדיגט מיינע רייד, האבן זיי מיר אלע אנגעקוקט מיט רציחה אין די אויגן... זיי האבן פארשטאנען אז זיי האבן דא געכאפט דעם פאלטשן מענטש, און אז די צייט וואס זיי האבן מיר אוועקגעגעבן איז געווען אומזינסט.. זיי פארלירן שוין זייער געדולט.. "גוט! זאל זיין ווי דו זאגט, אבער ער זאגט דאך אוודאי עפעס אין זיין שלאף"!! איך האב געענטפערט אז איך האב קיינמאל נישט געהערט ווי דו רעדסט אין דיין שלאף. סוף כל סוף האבן זיי שוין פארשטאנען אז פון מיר וועלן זיי נישט קיין סאך ארויסבאקומען, און זיי האבן מיר צוריק געשיקט אינ'ם צימער. דערפאר האב איך געלאכט ווען איך בין דא צוריק. דו פארשטייסט נישט?! זיי האבן נישט קיין שום הוכחה קעגן דיר! זיי זוכן דעם פאריעריגן שניי!"