Top 10 similar words or synonyms for נאכצוגיין

מעדיקאלע    0.867598

פראצעסירונג    0.856990

מענעדזשד    0.856264

איינצושטעלן    0.853032

קעיר    0.840848

העלט    0.836721

נויטיגע    0.835579

ווייערלעס    0.835080

ענווייראמענטאלע    0.833835

לימיטירטע    0.833743

Top 30 analogous words or synonyms for נאכצוגיין

Article Example
ראיעל קענעדיען מאונטעד פאליציי די מאונטיס געפינען זיך איבעראל: אויף פליגער, באנען, אויטאס, שיפן, שניימאבילן, און נאך כדי נאכצוגיין ארגאניזירטע פארברעכן, קאמערציאלע און עקענאמישע פארברעכן, געלט שווינדלערייען, און די נייע תקופה פון קאמפיוטער און טעלעקאמיוניקאציעס פארברעכן, און היינט צו טאג אויך טעראריזם.
משגיח מען נוצט דאס אויף איינער וואס געט אבאכט אויף די אידישקייט, געווענליך אלס א טערמין פון כשרות, ווען אן ארגענעזאציע פון כשרות נעמט אויף עמיצען נאכצוגיין און נאכקוקען געשעפטן, וואס נעמן זייער הכשר.
קא גע בע די קא־גע־בע האט אויסגעפירט איר ארבעט מיט א ריזיגע נעטווארק פון טויזענטער שטילע אינפארמאנטן און א רייע פארגעשריטענע טעכנאלאגישע געצייג. די אגענטור האט געהאט די פולע רעכט נאכצוגיין יעדן מענטש וואס איז פארדעכטיגט געווארן מיט אן אנטי סאוויעט אויפפירונג. ווער עס איז געפונען געווארן שולדיג איז פארשיקט געווארן צו די באוואוסטע קא־גע־בע ארבעט לאגערן.
נפתלי בלומענפעלד איינער פון זיינע באקאנטסטע פראיעקטן איז די "והיה מחניך קדוש" קאמפיין וואס האט זיך געגרינדעט אין די זומער יאר תשס"ה לפ"ק, בעיקר מיט צוקויפענדיג ספעציעלע טרעקלעך [גאלף קאר'ס] פאר די משגיחים אין ישיבה נאכצוגיין די בחורים אין די פארשטופטע וועלדער וואס איז דא גאר אין אסאך דארט אין קעמפ, אויך איז איינגעהאנדעלט געווארן ספעציעלע גרויסע לעקטער'ס וואס שיינט אזוי שטארק ווי 10,000,000 [10 מיליאן] ליכט אינאיינעם, אריינצושיינען אין די טיפע וועלדער און ווי אימער עס פעלט זיך אויס.
פאראייניגטע פעלקער ווען די יו-ען איז געגרינדעט געווארן אין 1945 האט זי באלד געהאט 51 גרינדער מיטגלידער. זיי זענען געווען די 50 לענדער וועלכע זענען אנוועזענד געווען ביי דער היסטארישער קאנפערענץ אין סאן פראנציסקא און אויך פוילן וועלכע איז נישט דארט געווען אבער האט אונטערגעשריבן דעם טשארטער אביסל שפעטער. נייע מיטגלידער קענען זיך אנשליסן דורך דער רעקאמענדאציע פון דעם זיכערהייט ראט און נאר נאכדעם וואס צוויי דריטל פון די מיטגלידער אין דער אלגעמיינער פֿארזאמלונג באשטעטיגן דאס. מיטגלידערשאפט אין די יו-ען איז אפן צו סיי וועלכן לאנד וועלכע שטיצט די נאבעלע מיסיע פון די פאראייניגטע פעלקער און איז גרייט נאכצוגיין די תקנות און פאראנטווארטליכקייטן וועלכע זענען אויסגערעכנט אין די טשארטער.
קאנטערטעראריזם די פאליסי פון נוצן מיליטערישע כוחות אין די קאמף קעגן טעראריזם איז דערווייל זייער פאפולער צווישן די אמעריקאנער מאסן אבער די אלגעמיינע וועלט לייגט א גרויסע פראגע דערויף ווייל די פאקט האט געוויזן אז טראץ די אלע מיליטערישע אפעראציעס האט מען נאך נישט באוויזן צו כאפן אסאמא בין לאדען און בכלל האט מען נישט באוויזן צו עלימינירן די אל קאידא נעטוואורק וועלכע איז אקטיוו און לעבעדיג און האבן שוין אויסגעפירט הונדערטער אטאקעס אין פארשידענע לענדער זינט אמעריקע האט אינוואדירט אפגאניסטאן. עקספערטן ווייזן אן אז די מיליטער האט נישט קיין ערפארונג וויאזוי נאכצוגיין און אפירזוכן די באהאלטענע טעראריסטן און זיי באקומען מינימאלע שפיאנאזש אינפארמאציע.
אסימא אין זיינע צוויי אויגן זענען אריינגעשטעלט צוויי ווידעא קאמעראס וועלכע כאפן אויף אלעס ארום. אסימא קוקט געווענליך ערשט און דערנאך הייבט ער אן גיין. אין זיין סיסטעם איז שוין פראגראמירט מיליאנען ערליי סיגנאלן און סימנים וועלכע ער וועט באלד פארשטיין. צום ביישפיל אויב א מענטש וועט אויפהייבן די הענט און ווייזן סטאפ וועט ער זיך באלד אפשטעלן. ער האט א ספעציעלע חוש נאכצוגיין א מענטש וועלכע וויל אים נוצן אלס משרת. ער וועט אויפכאפן ווען יענער גייט און ער וועט אים נאכגיין אין אלע מאס ליכטיקייטן. ווען אסימא ווערט צוגעשטעלט פאר איינעם איז פאראן די מעגליכקייט צו פראגראמירן צענדליגער פנימ'ער וועלכע וועלן זיין די באקאנטע פאר אסימא. ווען אסימא זעט א באקאנטן וועט ער יענעם באלד באגריסן און פאלגן וואס יענער הייסט אים.
די חקירה פון מענדל בייליס ווען ער איז געקומען צום צווייטן מאל אין געריכט, האט ער דארט געטראפן פענענקא אליינס. דאס מאל אויך האט ער פארשיקט די פאליציי, די וועכטער און ער איז געזעסן א שטיק צייט אריינגעטון אין זיינע מחשבות. פלוצלינג קערט ער זיך צו ר' מענדל און זאגט: "בייליס! דא מוזט פארשטיין אז נישט איך בין דער וואס טוט דיר באשולדיגן. דאס איז דער "געגענט-ריכטער".. ער איז דאר וואס האט געהייסן דיר איינשפארן אין תפיסה"... "מ'גייט מיר איינשפארן?? מ'גייט מיר לייגן אין תפיסה?? איך וועל מוזן אנטון קליידער פונ'ם תפיסה??" האט ר' מענדל געזאגט, נישט גלייבנדיג וואס ער הערט דא. "איך ווייס נישט פונקטליך וואס וועט זיין מיט דיר, איך וויל נאר אז דו זאלסט וויסן אז די הוראות קומען פון עם און נישט פון מיר", איז געווען די קורצע תשובה. א קאלטע שווייס האט אנגעכאפט ר' מענדל. אויף דעם האט ער זיך שוין נישט גערעכנט.. אין תפיסה?? ער האט זיך געשפירט אינגאנצן פארלוירן.. ער האט גוט פארשטאנען אז דער פרשה וועט זיך נישט שנעל ענדיגן.. טראץ זיין גרויסע שרעק האט ער זיך געצווינגען צו רעדן: "איך קען אייך עפעס דערמאנען? דאס איז דעם ערשטן מאל אין מיין לעבן וואס איך האב צוטון מיט אזא הויך-ראנקיגע מענטש. איך ווייס אבער אז דער סדר גייט אז דאס ארבעט פונ'ם הויפט-פארשער איז נאכצוגיין דעם חשד און מברר זיין דעם אמת. נאך ער האט חוקר געווען אן אנגעגרייט א "באשולדינג-פאפיר" ערשט דעמאלס געבט ער איבער די זאך צום געגענט-ריכטער. אויב ער איז מסכים צו די ראיות, שיקט מען יענעם אין תפיסה, טאמער נישט, שיקט מען עם אהיים. אויב דו שיקסט מיר יעצט אין תפיסה, איז א ראיה אז דו האסט עפעס געטראפן קעגן מיר. אבער וואס האב איך געטון? מיט וועלכע זינד טוט מען מיר באשולדיגן"? "פרעגט מיר נישט קיין שאלות" האט ער שנעל געזאגט, "איך האב דיר שוין צופיל געזאגט, עס איז דער געגענט-ריכטער און נישט איך".. ר' מענדל האט געקענט זען פון זיין רעדן אז עפעס טוט זיך דא מאחורי הפרגוד.. די גאנצע זאך זעט אויס ווי עפעס א פינסטערע פלאן.