Top 10 similar words or synonyms for מוזען

אויסזאגן    0.904513

הקב    0.876487

נאכצוקוקן    0.870064

בתשובה    0.867251

ווארנט    0.865661

זאלען    0.863208

תמימות    0.856313

ארויסצונעמען    0.848074

ווייזען    0.845949

אבר    0.845539

Top 30 analogous words or synonyms for מוזען

Article Example
מגן דוד ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן די דייטשן איינגעפירט אז אלע יודען מוזען גיין מיט די געלא לאטא, וואס איז געווען א געלע מגן דוד, א סימן אז ער איז א איד.
פסח במשך די גאנצע צייט פון די עבודה האט די גאנצע כיתה געזאגט הלל צוזאמען. און אויב די כהנים זענען נאך נישט פארטיג געווארן מיט די עבודה, האט מען איבערגעזאגט הלל צום צווייטן מאהל און צום דריטן מאהל. אבער די גמרא דערצעהלט, אז וויבאלד די כהנים זענען געווען אזוי פלינק, האט קיינמאהל נישט פאסירט אז מ'זאל מוזען איבער זאגן הלל צום דריטן מאהל.
דזשאן מעקעין פון די אנדערע זייט די קאנסערוואטיזם פון די אמעריקאנער גלייכן איהם נישט, ווייל ער איז צו מעסיג פאר זיי, אזעלכע ווי ראש לימבאו און דער אידישער קאנסעוואטיווער מארק לעווין, רייסן איהם אראפ טעגליך, זיי זאגן אז ער וועט מוזען שטארק ארבייטן איבערצייגן אז ער איז גענוג קאנסערוואטיוו.
אביגדור מילער אויך פלעגט ער נישט לאזן גיין קיין בחורים און קיין אינגעלייט לערנען קיין ארץ ישראל, ווען זיי האבן זיך פאר'עקשנ'ט אז זיי מוזען גיין אהין צוליב שידוכים אז טאמער מען גייט דארטן הייסט מען א בעסערע בחור, האט ער זיך נאך אלטס קעגן געשטעלט און האט יענעם פרובירט מאכן פילן אז מיט דעם וואס ער וועט דא בלייבן לערנען אין אן אמעריקאנע ישיבה בויט ער תורה אין אמעריקע.
אליעזר בן יהודה - איז בן יהודה מסביר: גאנץ פשוט אלע בתי ספר וואס שטייען שוין ביז היינט אין ארץ ישראל, ווי אויך די בתי ספר וואס מען וועט אויפשטעלן פון היינט און ווייטער, מוזן לערנען די העברעאישע שפראך און לעבן דערמיט, מען וועט לייגן א חוב אויף יעדען תלמיד - תלמידה אז זיי מוזען רעדן זיי צוושין זיך, סיי אין שטוב, סיי אינדערהיים, אין יעדן פלאץ נאר עברית, די זעלבע די אלטע לייט וואס וועלן האבן א שייכות צו אונז יידער מוז זיך לערנען צו רעדן העברעאיש, אין שטוב, ביי צוזאמענקומען און אין בית המדרש, און אפילו אין די גאסן.
יידיש-וויקיפעדיע אבער וויבאלד אלעס מוז ווערן געשריבן נייטראל, קומט דאך אויס אז מיר שרייבן דא סיי ווי סיי נישט קיין כפירה אין אידישקייט, פארקערט, רוב פון אונזערע ארטיקלען זענען ארום אין איבער אידישקייט. אבער פון דעסטוועגן, צום ביישפיל, ביי די פילאזאפישע ארטיקלען וואס זיינען עוסק אין "קיום האל" מוזן מיר און מעגן לאזן ארויפבריינגען די דעות פון די כופרים, כדי דאס נייטראליש אפשלאגן למען האמת. אדער ווען מיר רעדן וועגן "נאטור וויסנשאפט" מוזען מיר בריינגען פארשונגען פון די סייענטיסטען, כאטש וואס דאס קען זיין אין קעגנזעץ די תורה. אין די רגע וואס מען שרייבט "לויט די פארשערס" ווערט די ארטיקל נייטראליש, און מיר מעקן דאס נישט אויס, לויט די גרונדענע געזעצן פון וויקימעדיע וואס עס איז נישטא אויף זיי די געזעץ פון וואלן, ליינט מער דא. און עס איז פארט נישט קעגן הלכה און דירעקט יא אויסגעהאלטן צו באשרייבן די פראגע'ס אויף די אמונה וואס מענטשן קענען האבן מיטן חשבון דאס צו פארענטפערן בבחינת ודע מה שתשיב לאפיקורס שלך.
אלישע בן אבויה אלישע איז געווארן אויס שומר תורה ומצות, אזוי ווייט אז עס האט אים וויי געטועהן ווען ער האט געזעהן ווי אידן היטן די תורה, די ירושלמי (חגיגה פ"ב ה"א) פארציילט אז די רוימער האט געוואלט פייניגון די אידן, האבן זיי געהייסן אז די אידן מוזן מחלל שבת זיין, זיי מוזען טועהן מלאכות וואס מען טאר נישט טועהן אין שבת, די אידן האבן געוואלט ווייניגער מחלל שבת זיין, האבן זיי מכוון געווען אז זיי זאלן טועהן די מלאכות וואס איז אסור מן התורה פאר שבת, און די מלאכות וואס איז אסור מדרבנן אין שבת, דאס הייסט זיי האבן געוואלט זיך ארויסדרייען פון א איסור דאורייתא, וואס לכאורה די רוימער וואלטן קיינמאל נישט געוואוסט די כוונה פון די אידן, אבער אלישע וואס איז געווען א תלמיד חכם האט דאס דערציילט פאר די רוימער, און זייט דאן האבן די רוימער געצווינגען די אידן צו טועהן אין שבת א מלאכה וואס איז אסור מיט התורה.
ווארראזאנאו נערויס בריק די וועראַזאַנא נערויס בריק איז א טאפעלטע שטאק אויסגעצויגענע בריק וואס פירט פון ברוקלין קיין סטעטן איילענד אין ניו יארק איבער די טייל וואסער וואס הייסט נערויס. די נאמען איז נאך די איטאליענישע זוכער זשיאוואני די וואראזאנא די ערשטע באוואוסטע איירופעשי זוכער צו קומען איבער ניו יארקער וואסערן. די בריק האט א מיט-שפאן פון 4260 פוס לאנג, און איז געווען די לענגסטע בריק פון די צייט וואס מען האט דאס געענדיגט אין 1964 ביז 1981. עס איז היינט די זיבעטע לענגסטע בריק אין די וועלט און די לענגסטע אין אמעריקע. די בריק - צוליב איר גרויסקייט - קען געזען ווערן אין א יעדע בארא פון ניו יארק סיטי, כמעט אלע שיפען וואס קומען קיין ניו יארק אדער ניו זשערסי האפןס מוזען אונטער פארן די בריק. עס איז אויך באוואוסט אלס די אנפאנג פון די ניו יארק סיטי מאראטאן.
יודל ממעדווידעווקא איינמאל האט אים ר' נחמן געזאגט ווארט ביז נאך שבת וועסטו זעהן א אינטערעסאנטע זאך. נאך שבת איז ער געקומען צו ר' נחמן זאגט אים ר' נחמן אזוי, אין א דארף נעבן אונז איז פארהאנן איינע פון מיינע חסידים, ער האט א לאנגע צייט נישט געהאט קיין קינדער, איינמאל האב איך אים צוגעזאגט א קינד, אבער איך האב זיך אויסגענומען מיט אים א תנאי אז יעדע האלב יאר זאל ער מיר גיעבן א רענדל פאר פדיון נפש, דער מענשט האט עס טאקע מקיים געווען יעדער האלב יאר האט ער געברענגט א רענדל צדקה פארן צדיק, אצינד הער אויס, דער מענטש האט א שוואגער וואס זאגט אים פארוואס גיסטו פאר ר' נחמן א רענדל יעדעס צייט, איך זאג דיר דאס קינד איז נישט געקומען צו דיר דורך ר' נחמן, דאס איז געקומען צו דיר דורך אנדערע צדיקים, איך האב דיך מזכיר געווען פאר זיי הער אויף צו געבן א רענדל, זיין שוואגער האט אזוי לאנג גערעדט צו אים ביז ער האט אים איבערגערעדט, און האט אפגעמאכט ער זאל מיר שוין נישט געבן קיין געלד, יעצט איז שוין אריבער א האלב יאר, און די וועסט זעהן אנשטאט א רענדל וועט ער מיר ברעגנן זיין קינד, אבער ליידער וועט דאס קינד שוין נישט לעבן, ווייל ער האט נישט געקענט האבן קינדער נאר אויב מען נעמט פון אים אוועק אלע דינים, דורך די רענדל האב איך ממתיק געווען אלע דינים, אצינד קען איך נישט ממתיק זיין די שלעטץ וועט דאס קינד מוזען נסתלק ווערן, אזוי איז טאקע געווען דאס איז ליידער אוועק רח"ל.
ר' נחמן'ס נסיעה קיין ארץ ישראל ערב פסח יענע יאהר ווען ר' נחמן איז ארויס געקומען פון דער מקוה האט ער געזאגט פאר זיין באגלייטער היי איהר וועל איך זיכער זיין אין ארץ ישראל, פסח האט ער געזאגט תורה אויפן פסוק ושבילך במים רבים ועקבותיך לא נודעו, פון יענע תורה האט די חסידים פארשטאנען אז ער גייט זיכער פאהרן קיין א"י. אין די צייט נאך פסח איז ר' נחמן זייער פארקאכט, ער האט זיך געדרייט אין שטוב ארויף און אראפ פארטראכטערהייט און זיך פאר'דביקות'ט שטארק, מען האט געזאגט אז ער מאכט גרויסע הכנות צו פארן קיין ארץ ישראל. זיינע קינדער האבן דאס געהערט האבן זיי זיך געזארגט פאר אים און אויך פון ווי וועלן זיי זיך דענעהרן אין די צייט וואס ער איז נישט אין דער היים, ר' נחמן האט אבער געענטעפרט מיט מסירות נפש איך מוז פאהרן קיין ארץ ישראל ווארן די גרעסטע העלפט פון מיר איז שוין דארט, און האט געזאגט פאר זיין טאכטער שרה אויך דיך וועט דיין צוקונפטיגער שווער ר' לייב דאבראוונער רחמנות האבן, די גרעסערע שוועסטער אדל ווען זיך פארדינגען פאר א משרתת, איך מוז אבער פאהרן איך וועל מוזען פארקויפען אלעס וואס איך האב ווייל איך מוז זיין אין ארץ ישראל. ר' נחמן האט דאן געזאגט איך ווייס ווי שווער עס וועט מיר אנקומען צו פאהרן קיין ארץ ישראל, דער ס"מ וועט איבערדרייען די גאנצען וועלט, ער וועט אנשטעלן א גרויסע מלחמה, עס וועט אויסברעגן מלחמות צווישן גרויסע קעניגרייכן כדי איך זאל נישט אנוקמען קיין א"י, אבער ביז ווי לאנג איך האב איך מיר א לעבדיגער גייסט, וועל איך זיך מוסר נפש זיין און אוועק געבען אלע מיינע כוחות צו פאהרן קיין א"י, אויף יעדער טריט פון דער נסיעה וועל איך האבן מסירות נפש, ווען זייע תלמידים און חסידים האבן דאס געהערט האבן זיי פארשטאנען אז מען קען אים נישט אפהאלטן, עס האט זיך געמאכט א משלחת און תיכף זענען געפארן ארום צו פארמעגליכע לייט און גרויסע עשירות און מען האט צוזאמענגעשטעלט גרויסע סומעס געלד פאר זיין נסיעה.