Top 10 similar words or synonyms for כד

כה    0.950682

ואני    0.950498

ויהי    0.946165

כז    0.944292

יז    0.944010

וגו    0.941595

ויאמר    0.938558

השירים    0.934175

יודע    0.932934

בה    0.932695

Top 30 analogous words or synonyms for כד

Article Example
מנחם מענדל בייליס/כד איין טאג האט ר' מענדל באקומען די אפיציעלע הזמנה צום משפט, וועלכע וועט פארקומען אין צוויי חדשים ארום, אום חודש תשרי תרע"ג. די הזמנה איז אנגעקומען צוויי חדשים פאר דעם זמן. די מצב רוח פון ר' מענדל איז אסאך בעסער געווארן. סוף כל סוף קומט עס שוין, עס וועט בעז"ה אלץ נתגלה ווערן און זיין מצב וועט זיך טוישן מן הקצה אל הקצה. ער האט פרובירט מתאר זיין ביי זיך וויאזוי דאס וועט זיין, וויאזוי וועט מען אויסליינען די באשולדיגונג, וועלכע שאלות מ'וועט עם פרעגן און וואס ער וועט ענטפערן. אלע זיינע מחשבות זענען געווען פארנומען מיט'ן משפט, ער האט פון גארנישט אנדערש נישט געקענט טראכטן. צוויי וואכן פאר'ן צייט האט ר' מענדל איינגעגעבן א בקשה ער זאל קענען גיין אנגעטון מיט זיינע אייגענע בגדים ביים משפט, ער האט זיך זייער געשעמט צו קומען פאר אזויפיל מענטשן מיט די תפיסה קליידער. ער האט נישט באקומען קיין תשובה אויף דעם בקשה. א טאג פאר'ן משפט איז זיין ווייב עם געקומען באזוכן. די טרערן זענען געקומען אן אויפהער. ביידע האבן געהאפט אז בקרוב וועלן שוין אלע צרות זיין אינ'ם פארגאנגנהייט און ר' מענדל וועט שוין קענען צוריק אהיים גיין. פאר זי איז אוועק געגאנגען האט זי עם מבשר געווען אז מ'וועט עם לאזן האבן די אייגענע בגדים, און אז מ'וועט זיי געבן צו עם אויפ'ן טאג פון די משפט. צומארגנס הערט ער די באקאנטע קולות, ווי מ'עפנט אויף די דרייצן שלעסער פון זיין צימערל.. יעדעס מאל האט דאס עם אנגעפילט מיט פחד און שרעק, דאסמאל איז אבער אנדערש, ער האט געפילט אז די קלאפערייען ברענגען אים בשורות טובות..
מנחם מענדל בייליס/כד "אט זענען דיינע בגדים" זאגט דער שומר, "דיין משפט הייבט זיך אן היינט".. ר' מענדל שפירט זיך זייער רוהיג, קודם שפירט ער זיך שוין נישט ווי אן איינגעשפארטער.. ער האט אבער מורא צו טראכטן אז אפשר וועט ער דאס נאכאמאל דארפן אנטון.. קודם איז ער צופרידן אויף יעצט.. יענעם טאג האבן די שומרים זיך מתייחס געווען צו ר' מענדל מיט פריינדשאפט און מיט כבוד.. אלע פריערדיגע רשעות איז ווי א וואלקן נעלם געווארן.. עס איז שווער געווען פאר עם צו פארשטיין די פלוצלינגדיגע ידידות נאך אלע צער און ליידן וואס זיי האבן עם גורם געווען במשך די צייט וואס ער איז געווען איינגעשפארט.
מנחם מענדל בייליס/כד אין קורצן פון פריער: נאך צוויי און א האלב יאר, זעט שוין אויס ווי די משפט גייט שוין ענדליך פארקומען.
מנחם מענדל בייליס/כד ווען ער איז געווען גרייט האט מען אים איבערגעגעבן צו די שומרים וועלכע דארפן עם באגלייטן צום בית המשפט. ווען ער איז ארויס אינ'ם חצר, האט ער קוים געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעהן.. געווענדליך, ווען ער איז ארויסגעפירט געווארן צום חצר, איז עס געווען ליידיג, היינט איז עס געווען פיל מפה און פה כאילו דא גייט פארקומען א גרויסע מיליטערישע מארש.. עס זענען געווען עטליכע גרופעס פון געווענדליכע מיליטער מענטשן ווי אויך די גאנצע שטאב פון דער תפיסה. עטלעכע האבן געשמייכלט אבער רוב זענען געשטאנען ערנסטערהייט. אויסער דעם זענען געשטאנען אינ'ם חצר אפאר הונדערט קאזאקן [העכערע סאלדאטן] מיט שיינעדיגע שווערדן, וועלכע זענען געווען אפצוהיטן ר' מענדל פון א "שלעכט אויג"... מ'האט עם געזעצט אין א שווארצע וואגן ארומגענומען מיט א גאנצער שורה פון וועכטערס און באגלייט מיט א ספעציעלע גרופע מיליטערישע רייטער. דאס אלץ איז מיטגעגאנגען ביז צום בנין פונ'ם הויך-געריכט, א וועג פון זעקס קילאמעטער!
מנחם מענדל בייליס/כד פון די פענסטערס פונ'ם וואגן האט ער געקענט זען אז די געסער זענען פון מיט מענטשן. די רעגן און ווינט האבן זיי נישט געשטערט. עפ"י רוב זענען דאס געווען געווענדליכע לייט וועלכע האבן געוועלט זען וואס טוט זיך. אויך פון די "שווארצע הונדערטער" זענען דארט געווען לרוב. ווען ער איז ווייטער געגאנגען, האט ער דערקענט צווישן דעם עולם עטליכע יודן, עטליכע פון זיי האבן געטריקנט זייער אויגן מיט טאשנטוכער. אויך ר' מענדל האט תורם געווען זיין חלק אינ'ם געוויין.. נאכ'ן אדורך גיין אלע שורות פון מענטשן, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צום בית המשפט, וועלכע איז אויך געווען ארומגענומען מיט טויזנטער מענטשן. די טויערן פון די חצר האבן זיך געעפנט און די וואגן איז אריין.