Top 10 similar words or synonyms for וואלפישן

פרימצאלן    0.856814

לעיקס    0.851657

העלפאנדן    0.840483

יוניאנס    0.834775

קעניגרייכן    0.833700

פיראמידן    0.826332

סובמארינען    0.824977

קוואנטיטעטן    0.822967

לופטפעלדער    0.821637

שקלאפן    0.818156

Top 30 analogous words or synonyms for וואלפישן

Article Example
וואלפיש די וואלפישן (Cetacea) זענען א טאלק פון זויגערס מיט אומגעפער 80 זגאלן, וואס לעבן אין וואסער. ס'איז פאראן צוויי אונטערזגאלן, די פישביין וואלפישן (Mysticeti), וואס דערנערן זיך דורך פילטרירן פלאנקטאן און זענען די גרעסטע בעלי חיים אויף דער ערד, און די רויבערישע ציינוואלפישן (Odontoceti). דער וואלפיש איז, טראץ זיין נאמען, נישט קיין פיש נאר א "פירפיסיקער" בעל חי וואס וואוינט אין וואסער.
וואלפיש וואלפישן דארפן האבן לופט צו אטעמען און זיי פארמאגן ווארעם בלוט, א זאך וואס קיין פיש אין ים האט נישט.
אטלאנטישער אקעאן די עיקר מינים פון פיש וואס מען כאפט זענען דארש, הייק, הערינג און מאקערעל. מען נעמט אויך אסאך ווענגערס, לאבסטערס און וואלפישן.
וואלפיש מענטשן האבן שטענדיג געכאפט וואלפישן און האבן געגעסן זיין פלייש. דער ארבעט איז געווען א שווערע אבער עס האט זיך געלוינט ווייל מען האט געהאט גענוג עסן פאר וואכן. מיט די יארן האבן די פאנגער אויסגעפינען אז די וואלפישן פארמאגן אין זיך א געוויסע סארט אויל וועלכע קען גענוצט ווערן אלס ברענשטאף פאר לעמפלעך. מען פעלגט כאפן וואל-פישן רעכטס און לינקס און אין 946' האבן א גרויסע צאל לענדער אונטערגעשריבן אן אפמאך אז מען וועט מער נישט לאזן כאפן וואלפישן זינט זייער נומער איז שטארק רעדוצירט געווארן און זיי קענען גרינג עלימינירט ווערן.
וואלפיש עס זענען פאראן א סך הכל פון 75 ערליי וואלפישן פון וועלכע טייל האבן ציינער און טייל נישט. די וואס האבן ציינער נוצן זייערע ציינער צו דערשטעכן זייערע קרבנות בעפאר זיי הייבן אן די סעודה גענוי ווי שארק פישן. די וואס האבן נישט קיין ציינער קענען נאר פאנגן גרינגע קרבנות דורך עפענען זייערע גרויסע מיילער און איינשלינגן הונדערטער קליינע פיש וועלכע שווימען אין גרופעס. וואל-פישן עסן אלע סארט פיש און ים חיות און אויך אנדערע וואלפישן און אויב זיי וועלן נישט קענען אליינס בייקומען איינע פון זיי וועלן זיי ארבעטן עטליכע אינאיינעם און ארומרינגלן זייער קרבן און צוזאמען אטאקירן.
וואלפיש ניי געבוירענע וואלפישן קענען זיין ביז 25 פיס גרויס און וועגן מער ווי דער שווערסטער העלפאנד. ווען זיי ווערן געבוירן קענען זיי באלד שווימען אבער קענען נאך נישט די מלאכה פון לאקערן און פאנגן פיש און וועלן זיך דרייען נעבן זייערע מאמעס פאר עטליכע וואכן און זיך לערנען. נאכ'ן געבוירן זייגן זיי מילך פון די מאמע ביז זיי גייען אליינס ארויס אויף די וועלט אין וואסער און טרעפן אנדערע יונגע וואלפישן. דער גרויסער בלויער וואל-פיש זייגט 50 גאלאן מילך פער טאג און נעמט צו 10 פונט פער שטונדע.
דעלפין א דעלפֿין (Delphinidae) איז א סארט וואלפיש, א זויג חיה (Mammalia) מיט א געבערמוטער וואס לעבט אין די וואסער. די דעלפינען געהערן צו די ציינוואלפישן (Odontoceti). דעלפינען זענען די גרעסטע פאמיליע פון וואלפישן (Cetacea) מיט כמעט 40 זגאלן. זיי זענען פארשפרייט אין אלע אקעאנען.
וואלפיש וואלפישן געפינען זיך אין אלע גרויסע אקעאנען און שווימען זייער ווייטע שטרעקעס זייער שנעל. די וואס דרייען זיך אין קאלטע ראיאנען וועלן געווענליך אוועקשווימען אין דער ווינטער אין וואסערן נענטער צו דעם עקוואטאר וואו עס איז ווארימער. אבער ווי נאר דער ווינטער וועט זיין פאראיבער וועלן זיי שנעל צוריק קומען ווייל דעמאלט ווערן געבוירן אלע נייע פישן און זיי האבן אסאך עסן.
וואלפיש דער וואלפיש איז פריינטליך צו מענטשן און מען קען גרינג ארבעטן מיט זיי. עס זענען פאראן געשיכטעס אין וועלכע וואל פישן האבן געראטעוועט שיפלער פון שארק. דאס באשעפעניש איז זייער קלוג און ווען מען נעמט זיי אין אן אקוועריום וועלן זיי זיך גרינג לערנען פארשידענע קונצן. אגב, דאלפינס זענען פון די פאמיליע פון וואלפישן כאטש מער רעכנט זיי נישט אלס איינע פון זיי.
וואלפיש וואלפישן מאכן קולות צו קאמיוניקירן איינע מיט די אנדערע. זייערע קולות ווערט געמאכט דורך רוקן וואסער פון איין פלאץ צו די צווייטע נעבן דעם בלאזלעכל און דאס מאכט א הויכע גערודער. יעדע סארט וואל-פיש מאכט אנדערע סארט קולות און זכרים מאכן אנדערע קולות ווי נקבות. פארשער ווייסן נישט גענוי פארוואס זיי קאמיוניקירן און וואס זייערע סיגנאלן און קולות מיינען און זענען ביי דער מיינונג אז זיי זענען זייער קלוגע באשעפענישן וועלכע פארשטייען אן עסק און געבן איבער נייעס איינע פאר די אנדערע.