Top 10 similar words or synonyms for ואינו

התבה    0.981250

הבהמה    0.980502

והנה    0.980008

האלה    0.979606

כאשר    0.979421

רמש    0.978990

המבול    0.977797

אתו    0.977355

שהוא    0.977099

שהיא    0.975676

Top 30 analogous words or synonyms for ואינו

Article Example
איבונגען די ערשטע כלל וואס דער רמב"ם שטעלט אראפ אין פערטן פרק אין הלכות דעות איז: "כללו של דבר יענה גופו וייגע כל יום בבקר עד שיתחיל גופו לחום וישקוט מעט עד שתתישב נפשו ואוכל". אט די זעלבע ווערטער ווערן שוין איבערגעזאגט, דורך אלע דאקטוירים פאר הונדערטער יארן, אז דער מענטש מוז ווארים מאכן זיין קערפער דורך איבונגען בעפאר ער הייבט אן דעם טאג. דער רמב"ם שרייבט ווייטער אין סעיף י"ד: "ועוד כלל אחד אמרו בבריאת הגוף. כל זמן שאדם מתעמל וייגע הרבה... אין חולי בא עליו וכחו מתחזק. ואפילו אוכל מאכלות הרעים". הערט נאך עטליכע ווערטער אינעם נעקסטן סעיף: "וכל מי שהוא יושב לבטח ואינו מתעמל... אפילו אכל מאכלות טובים ושמר עצמו על פי הרפואה. כל ימיו יהיו מכאובים וכחו תשש".
חיד"א, אין ליווארנא אין ליווארנע איז דער חיד"א איינגעשטאנען אין דעם הויז פון זיין נאנטן חבר און גוטער פריינד רבי מיכאל פירירא די ליאון. אין יענער צייט האט דער חיד"א געדרוקט זיין מייסטער ווערק אויף שולחן ערוך ברכי יוסף, און אין ליווארנא איז געווען א גרויסער דרוקעריי פון אידישע ספרים איז ער פארבליבן דארט א שטיק צייט. זיין חבר מיכאל פירירא האט אויפגעשטעלט א ישיבה און א בית המדרש לכבוד דעם חשובן גאסט. דער חיד"א דערמאנט אויך אז ער האט געלערנט מיט די חשובע קינדער פון מיכאל יעקב פירירא און גבריאל פירירא. דער חיד"א איז געווען זייער צוגעבונדען צו זיי,און עס איז דא פארשידענע כתבי יד ווי דער חיד"א איז מרמז אויף זיי און דערמאנט ווי ער ארבייט אויף זייערע נשמות און זייערע נפשות אין מעגל טוב עמוד 69 שרייבט והייתי עמהם אור הו' עד הבקר. אויף א פלאץ שרייבט סיפי (סיניאר יעקב פירירא) הוא קרוב לתקון יותר מאחיו וילמוד עמי פחות שעה א' בשבוע והוא יתראה פנים אחר זמן. סיפ קרוב לתיקון ויזהר ליצנות והם מיוחדים בליוורנו. (ספר החיד"א למאיר בניהו ח"ב ע' תקס"ד) סיפי שכל זך אמיתי, חולי קבוע מתפחד ויחלה וינצח לגמרי, אחיו מתכחם ואינו, והיה הולך להתתקן וחזר, סיפי עבר עבירה פירוש לגמרי, אך סיג"פ (סיניאר גבריאל פירירא) פורש וחוזר. אין פאקט איז אויך אז די צוויי זענען גערעכנט ווי תלמידים פונעם חיד"א ווי עס שטייט אין מפתח אויף זיינע ספרים חומת אנ"ך. און אין צפורן שמיר סי' י"ב שטייט ער דער חיד"א האט געפירט מיט זיי הקפות און געמאכט אין דעם בית המדרש א סדר הקפות מיט תפלות.
מנחם מענדל בייליס ביי דער לוי' פון אנדרושה, וועלכע איז פארגעקומען א וואך נאך דער גוף איז אנפלעקט געווארן, האט מען שוין פארשפרייט צעטלעך צו פארטיליגן די יודן רח"ל, ווייל זיי האבן גע'הרג'ט אנדרושה צו נעמען זיין בלוט. "מ'דארף נוקם זיין זיין בלוט"! האבן די גוים געשריגן. זיי האבן מיט דעם פרובירט אוועקצונעמען דעם חשד פון די אמת'ע רוצחים און אויפקאכן דעם באפעלקערונג קעגן די יודן. אפילו נאכ'ן לוי' האבן די שווארצע הונדערטער נישט אויפגעהערט העצן. "איז דאס דעם מעגליך? אז די יודן האבן גע'הרג'ט אנדרושה און זיי גייען פריי, בשעת די "אומשולדיגע" זענען איינגעזעצט אין תפיסה"?? די שרייערייען האבן גע'פועל'ט וואס זיי האבן געוואלט.. א גרויסע פראפעסאר [דאקטער] א שונא ישראל, מיט'ן נאמען סיקארסקי האט געזאגט אז ער האט געזען דעם גוף פון אנדרושה, און ער זאגט מיט זיכערהייט אז דאס איז נישט געווען סתם א רציחה. דאס איז געטוען געווארן פאר "רעליגיעזע" סיבות [מקיים צו זיין א באפעל פון א געוויסע גלויבונג. ער האט נאך צוגעלייגט זיין גרויסע "מבינות" אז אין דעם גוף זענען געווען דרייצען שטאכן, און ביי יודן איז דער נומער דרייצען עפעס א וויכטיגע נומער... [ניבא ואינו יודע מה ניבא.. ווען א יודיש קינד ווערט דרייצען ווערט ער מחויב מיט אלע מצוות].