Top 10 similar words or synonyms for גונטא

צומישט    0.785437

פלאנטער    0.772458

רויבער    0.768319

ריקן    0.744886

אנטיפס    0.738252

אלטען    0.737238

פרוכת    0.731547

חצר    0.731213

מסופק    0.730168

פארשוין    0.730031

Top 30 analogous words or synonyms for גונטא

Article Example
אומאן דער סוף פון גונטא איז געווען אז די רויסישע רעגירונג איז געוואור געווארן פון זיינע שטיקעס, די רויסישע מיליטער האט אים געשיקט אז זיי זענען זייער באצויבערט פון זיינע קענטעניסן און וואס טוט, זיי וויל אים אויפנעמען אלס א קעניג, זיי האבן געשיקט א דעלעגאציע צו אים, ווען די דעלגאציע איז אנגעקומען האבן זיי גלייך גע'הרגט'ט גונטא מיט זיינע מנעטן.
אומאן ווען די אידן פון די גענענט האבן געהערט אז גונטא מיט זיינע פויערן הרג'ענען אידן, זענען זיי אלע אנטלויפן פון זייערע הייזער און איבערגעלאזט זייער פארמעגן, און אזוי ווי אין אומאן האט דאן געוועלטיגט א גראף וואס האט ליב געהאט אידן האט זיי געטראכט אז ער וועט זיי מציל זיין, אבער דער גראף האט אויך מורא געהאט, ער האט נישט געוואלט מלחמה האלטן מיטן גאנטא האט ער זיך איינגעשפארט אין זיין הויז וואס איז געווען ארום גענומען מיט א שטארקע מויער, און קיינעם נישט צוגעלאזט צו זיך. די אידן האבן נישט געוואוסט וואס צו טועהן זיי האבן זיך פארזאמלט אלע אידן פון די גאנצע ארומיגע געגענט אין גרויסע בית המדרש פון שטאט, זיך צו באהלטען פון גונטא. עס האבן זיך געציילט די נפשות וואס זענען דארט געווען איבער דרייסיג טויזענט.
אומאן אינמיטן די מארדן האט דער הויפט מערדער גונטא געשריגן פארן פריץ פונעם דארף, וויסן זאלסטו איך האב דיין טאכטאר סופיא ביי מיר אין דער האנט, און האט אים געוויזן זיין טאכטער, אויב מאכסטו נישט אויף דיין מויער וועל איך זי הרג'ענען, סופיא איז געווען די איינציגע טאכטער פונעם פריץ און נישט האבנדיג קיין אנדער אויסוועג האט ער געעפענט די טיר, די פויערן זענען אריין אין זיין פלאץ, און האבן צוגערויבט זיין פארמעגן און זיין געלד, זיי האבן די טאכטער סופיא דאך גע'הרג'ט, און דערנאך זענען זיי אנטלאפן פון אומאן.
אומאן אין דער שטאט אומאן האט פאסירט א גרויסן מאסן מארד דורך פויערן און רוצחים וואס האבן אויסגעהרג'ט טויזענטער אידן מענער פרויען און קינדער צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געוואלט ווערן קריסטען. געווען איז דאס אין יאהר ה'תקכ"ח, עס איז געקומען א גרויסער רוצח און פיינד פון אידן ער האט געהייסן גונטא, ער האט געוואלט זיין א קעניג פון אוקריינא און נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער די רוסן, ער האט צוזאמענגענומען אסאך פויערן און זיי געהעצט קעגן די רעגירונג, אבער ווי יעדע פראבלעמאטישע צייט האט דאס זייער שלעכט געווירקט אויף די אידן, די פויערן זענען געווען גרויסע פיינד פון אידן און אין יעדע שטעטעל האבן זיי גע'הרג'ט די אידן מיט מיתות משונות, און דערנאך זיי בארויבט די געלד.
אומאן צווישן די אידן וואס זענען דאן געווען אין אומאן איז געווען א ערליכער מאן ר' דוד חזן, א באהאלטענער צדיק, ער מיט נאך אסאך מענטשן האבן זיך באהאלטן אין א הייל. ווען דער רשע גונטא איז אנגעקומען צום בית המדרש, האט ער געשטעלט א חופה אין דער חופה איז געווען א צלם א שתי וערב, ער האט אויסגערופן הויך צו די אידן, ווער עס וועט דורך גיין אונטער די חופה און זיך ביקען צום שתי וערב וועט בלייבן לעבן ! אבער פון די אלע אידן האט זיך נישט געופנען אפילו איין נפש וואס איז אריבער די חופה אלע זענען געבליבן שטיין שטייף אין בית המדרש און נישט געוואלט אויפטוישן זייער גלובען מיט קריסטוענטעם. די גוים זענען זייער בייז געווארן און האבן אנגעהויבן צו הרג'ענען די אידן, עס האט זיך געפונען צווישן די אידן אסאך גבורים שטארקע לייט וואס האבן צוריק געשלאגן און גע'הרג'ט אסאך פון די פויערן, אבער ווי לאנג האבן זיי דען געקענט אויסהאלטן, די פויערן האבן זיך געשטארקט און האבן גע'רצח'ט און גע'הרג'ט די אידן מיט ביטערע מיתות משונות, זיי האבן נישט געשוינט קיינעם, מענער פרויען און אפילו פיעצעלע קינדער זענען אויס'גע'שחט'ן געווארן ווי שעפסן און בהמות. די הריגות האבן גענומען דריי טעג און דריי נעכט, עס האט זיך געהערט יאמערליכע קולות און געשרייען אינעם גאנצען שטעטל אבער ליידער איז קיינער נישט זיי געקומען צו הילף. דער צדיק ר' דוד חזן מיט זיינע מענטשן ווּאס זענען געווען באהלאטן אין הייל, האבן דאס געהערט, אבער האבן גארנישט געקענט דערצו טועהן.