Top 10 similar words or synonyms for ארבעטסלאזיקייט

וואוקס    0.865295

אינדוסטריאלע    0.860716

אינדוסטרי    0.842759

געהילץ    0.825055

אנצוהאלטן    0.821827

פלאנירטע    0.820941

שנעלע    0.818939

ערטשע    0.815491

פארמער    0.814623

שנעלסטע    0.811370

Top 30 analogous words or synonyms for ארבעטסלאזיקייט

Article Example
היסטאריע פון דייטשלאנד קאהל'ס פלענער האבן זיך נישט אויסגעארבעט אפילו נאכדעם וואס ער האט געשניטן די בענעפיטן און די ארבעטסלאזיקייט איז ווייטער געשטיגן יעדע מאנאט. די דייטשע באפעלקערונג האט פארלאנגט מען זאל אפשטופן די אדאפטירונג פון די יורא ווילאנג די עקאנאמיע וועט זיך סטאביליזירן. אינדערצווישן האבן זיך אונטערגערוקט די קומענדיגע עלעקציעס וואו קאהל איז געשטאנען מיט זייער שוואכע שאנסן נאכדעם וואס די ארבעטסלאזיקייט אין מזרח דייטשלאנד איז געשטיגן צו 18.6 פראצענט און אויך זיי וועלכע זענען געווען זיינע שטיצער האבן אנגעהויבן קווענקלן איבער זיין אמט.
עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך די ארבעטסלאזיקייט ראטע שטייט זייער גוט אין ענגלאנד מיט 5.7 פראצענט. מיט 6 יאר צוריק איז עס נאך געשטאנען ביי 9.1 פראצענט וואס איז געווען א שטארקע שפרונג קעגן 10 יאר פריער ווען די ראטע איז געשטאנען איבער 12 פראצענט. די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געוואנדן לויט די ראיאנען. אין מזרח ענגלאנד איז עס די העכסטע (דאס טייטש אז ווייניגער מענטשן האבן ארבעט) און אין צפון אירלאנד איז עס די נידריגסטע.
עקאנאמיע פון דייטשלאנד אין דער פארגאנגנהייט האט מערב דייטשלאנד געהאט זייער א נידעריגע ארבעטסלאזיקייט ראטע און מזרח דייטשלאנד האט אינגאנצן נישט געהאט קיין ארבעטסלאזיגע אונטער די קאמוניסטישע סיסטעם. אלנפאלס, האט זיך אבער די ציפערן געטוישט אין די לעצטערע יארן און די ארבעטסלאזיקייט ראטעס האבן זיך שטארק געהויבן. די הויפט סיבות צו דעם איז געווען די אינדוסטריאלע איבערבוי פון מזרח דייטשלאנד און א שטארקע רעדוקציע אין עקספארט וועלכע איז געקומען צוליב רעסעסיעס אין אנדערע לענדער. אין 997' האט דייטשלאנד'ס ארבעטסלאזיקייט ראטע דעגרייכט א רעקארד הויך פון 12.2 פראצענט וואס מיינט אז ארום 4 מיליאן דייטשע איינוואוינער זענען געבליבן אן א דזשאב. דאס איז געווען פיל העכער ווי אין אמעריקע, קאנאדע, בריטען, און פראנקרייך. ווען מען צוטיילט עס צווישן מזרח און מערב דייטשלאנד איז עס אויסגעקומען 9 פראצענט אין מערב דייטשלאנד און איבער 17 פראצענט אין מזרח.
אנטוויקלונג שטאט די אנטוויקלונג שטעט האבן אין מערסטנטייל נישט געהאט גרויס דערפאלג, און זייער צושטאנד איז ביז היינט זייער שוואך פינאנציעל, און די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז פון די העכסטע אין לאנד. אן אויסנאם איז ערד, וואס איז יא געווען סוקסעספול, אין איז שטארק פינאנציעל.
היסטאריע פון דייטשלאנד א מאנאט נאך די איבערנעמונג פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי האט זיך די פארטיי פאראייניגט מיט דייטשלאנד'ס דריטע גרעסטע פארטיי, די גרינע פארטיי. די פאראייניגונג, וועלכע איז אנגערופן געווארן די רויט-גרין יוניאן, האט אריינגעברענגט די גרינע פארטיי אין די רעגירונג צום ערשטן מאל. די נייע רעגירונג'ס לעגיסלאטיווע פראגראם האט אריינגערעכנט מאסנאמען קעגן די ארבעטסלאזיקייט, רעפארמען צו פארגרינגערן די פראדעצור צו ווערן א דייטשע סיטיזען, און א פלאן צו פארמאכן אלע נוקלעארע פלענטס אין דייטשלאנד.
אנטוויקלונג שטאט אנטוויקלונג שטאט, (אין העברעיש עיירת פיתוח) איז א באצייכענונג אין ישראל, פאר שטעט איבערן לאנד, וועלכע געפונען זיך ווייט, און עטוואס אפגעזינדערט פון די גרויסע שטעט, וואס זענען גוט אויפגעבויט, און שטייען גוט אין אלע הינזיכטן, פון אן אויפגעבויטע שטאט. רוב פון די איינוווינער אין די אנטוויקלונג שטעט, זענען ארעמער, און פארדינען ווייניקער פון די געווענליכע ארבייטער אין לאנד, די רעגירונגען פון אנהייב די עקזיסטענץ פון ישראל, האבן פרובירט צו איבערצייגן גרויסע פירמעס און געזעלשאפטן, צו אינוועסטירן אדער אויפבויען פאבריקן אין די שטעט, צו לינדערן די שווערע ארבעטסלאזיקייט, וואס הערשט אין אזעלכע שטעט. פאבריקן וואס האבן פיליעס אין אזעלכע שטעט, צאלן ווייניקער שטייער, און באקומען הילף אין פארשידענע פארמען, פון די רעגירונג.
עקאנאמיע פון מעקסיקע צוליב מעקסיקא'ס שנעלע וואוקס איז איר ארבעט'ס קראפט אויך זייער שנעל געוואקסן זינט די 1970 יארן. ביז א יאר צוריק איז די ארבעט'ס קראפט געוואקסן צו 41.3 מיליאן מענטשן, פון דעם 67 פראצענט מענער און 33 פראצענט פרויען. מעקסיקאנער אפישעלס שאצן אז אין די באוואוינטע געגענטער זענען אינגאנצן 3 פראצענט ארבעטסלאז. אבער פראפעסיאנאלע אנאליסטן שאצן דאס אסאך העכער און טענה'ן אז עס שטייגט גאר איבער אסאך אנדערע ארימע לענדער. די הויכע ארבעטסלאזיקייט ראטע האט געברענגט הונדערטער צו אנטלויפן פון מעקסיקע צו די פאראייניגטע שטאטן אומלעגאלערהייט.
דייטשלאנד דייטשלאנד האט איינע פון די מערסט פולשטענדיגע און ברייטהארציגע סיסטעמען פון געזונטהייט, אלטע, דיסעביליטעט, און ארבעטסלאזיקייט אינשורענס אין די וועלט. א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג געניסט פון וועלפעיר, וועלכע נעמט אריין קינדער שטיצע, פובליק האוזינג, און וועטארען הילף. די וועלפעיר קאסטן מאכן אויס א דריטל פון די בודזשעט. העלט קעיר און פענסיע איז אויך דארט זייער גיביג אבער עס ווענדט זיך שוין אויף די פירמע וואו דער מענטש ארבעט. די גרעסטע טייל פירמעס געבן אויסערגעווענליכע גוטע בענעפיטן מיט פעטע פענסיע און העלט קעיר אינשורענס.
עקאנאמיע פון מעקסיקע אויסערן האנדל איז די וויכטיגסטע עלעמענט פאר די וואוקס פון מעקסיקא'ס עקאנאמיע. מיט'ן אונטערשרייבן די נאפט"א אפמאך מיט די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע אין 92' האבן די מעקסיקאנער קעפ איינזייטיג באשלאסן אז די צוקונפט פון דאס לאנד'ס עקאנאמיע ליגט אין אויסערן האנדל און די אנטוויקלונג פון א קאנקורירטע עקספארט אריענטירטע עקאנאמיע. די אפמאך האט באלד געפירט צו רעדוצירטע טעריפס אין אלע דריי לענדער. מעקסיקע האט געהאט גרויסע פלענער, רעכנענדיג אז אלס א ביליגערע ארבעט'ס קראפט וועלן די מעקסיקאנער ביזנעסער האבן די מעגליכקייט צו עקספארטירן גאר אסאך סחורה צו די אמעריקאנער און קאנאדער מארקעט. דערווייל האבן זיך זייער אסאך ביזנעסער צוגעמאכט ווען זייערע פראדוקטן האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט די אמעריקאנער מער פארגעשריטענע פראדוקטן. רוב פון די פירמעס זענען געווען קליינע אדער מיטלגאטיגע ביזנעסער וועלכע האבן נישט צופיל אויסגעמאכט פאר די עקאנאמיע אבער עס האט געשאפן די ארבעטסלאזיקייט פראבלעם וועלכע איז איינע פון די ארגסטע פראבלעמען וועלכע א לאנד קען האבן.
היסטאריע פון דייטשלאנד מיט דייטשלאנד'ס פאראייניגונג זענען טויזנטער לאנגיעריגע צושיידטע פאמיליע'ס און פריינט צוריק פאראייניגט געווארן אבער די פאראייניגונג האט נישט געהאט נאר א גלאטע זייט, עס האט מיטגעברענגט א רייע עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעמען מיט וועלכע דאס לאנד האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן. די פראבלעמען האבן אריינגערעכנט: א מאנגל אין הואזינג, ארבעטסלאזיקייט, פארמערטע פארברעכן, און געוואלדטאטן פון רעכטע פליגלן קעגן די אויסלענדישע איינוואוינער וועלכע האבן געברענגט צו ריזיגע פראטעסטן. די מערב רעגירונג האט געהאט גערעכנט אויסצוגעבן אסאך געלט נאך די פאראייניגונג אבער ווען עס איז געקומען דערצו זענען די קאסטן אריבער אלע ערווארטונגן ווען אין מזרח האט מען אפילו נישט געקענט אנזען קיין רעזולטאטן. די רעגירונג האט דאן בלית ברירה געהעכערט שטייערן און פארמינערט רעגירונגס פראגראמען. אויך האט די רעגירונג פרובירט צו פארקויפן זייער אסאך פון די גאר גרויסע ביזנעסער פון מזרח דייטשלאנד וועלכע זענען געווען צו טייער אויפצוהאלטן.