Top 10 similar words or synonyms for אנגעשטעקטע

פאניק    0.932436

העקערס    0.911531

טעריפס    0.907220

זונות    0.906138

עסנס    0.903231

אריינצושטעלן    0.903059

כעמאטעראפיע    0.901674

means    0.901654

מיסיאנערן    0.900910

טשיפס    0.900782

Top 30 analogous words or synonyms for אנגעשטעקטע

Article Example
גריפע אויסער די גריפע פון וועלכע מיר ווייסן איז פאראן די עוויאן גריפע פון וועלכע איר האט שוין מעגליך געהערט רעדן אין די מידיא. די עוויאן גריפע איז די זעלבע גריפע אבער ווערט איבערגעכאפט דורך אנגעשטעקטע פייגלעך. די פאל איז דערווייל נאר געהערט געווארן אין אזיע.
װעלט געזונט ארגאניזאציע די ארגאניזאציע האט געפארשט און געפינען אז פאקן קען בלינד מאכן א מענטש און עטליכע טעג און עס וואלט אומגעברענגט 30 פראצענט פון די אנגעשטעקטע. די ארגינעלן פון די מחלה איז אויפגעברענגט געווארן דורך מעדיצינישע וויסנשאפטלער אין כינע וועלכע האבן געווארנט אז די מחלה וועט זיין א טויטליכע עפעדימיק פאר די גאנצע וועלט. די אויספארשונג איז דערנאך אריבער קיין ענגלאנד וואו די ענגלישע וויסנשאפטלער האבן אנטוויקעלט א וואקסינאציע. וויבאלד די וואקסינאציע איז געווען ניי און טייער האבן ווייניג מענטשן געהאט צוטריט דערצו און הונדערטער ארימע לענדער האבן דאס אפילו נישט פארמאגט. די װעלט געזונט ארגאניזאציע האט דאן אונטערגענומען א מולטי-מיליאן דאלארדיגן גלאבאלע וואקסינאציע קאמפיין אין יאר 1967.
גריפע די פארשפרייטונג פון דער גריפע גייט גאר שנעל ספעציעל ווייל די אנגעשטעקטע הוסן אסאך און די מענטשן וועלכע נעמען נאכדעם אריין זייערע לופט ווערן אויך אנגעשטעקט דערמיט. דאקטוירים זאגן אז איינער וואס שטייט ביז 3 פוס ווייט פון אן אנגעשטעקטן וועט עס מעגליך איבערכאפן נאכדעם וואס יענער וועט נאר געבן איין הוס. די נייע אנגעשטעקטע געדויערט געווענליך פון 3 ביז 4 טעג ווילאנג די ווירוס הייבט אן ברענגן די סימפטאמען אבער אפילו בעפאר קענען זיי שוין אנשטעקן נאך מענטשן ווייל די קראנקייט ליגט שוין אין זייערע קערפער. נאך א וועג וויאזוי די גריפע פארשפרייט זיך איז דורך אנרירן אביעקטן וועלכע אן אנגעשטעקטער האט אנגערירט בעפאר. דער אנגעשטעקטער מאכט א הוס און באדעקט זיין מויל מיט זיין האנט פאר מענטשליכקייט. א מינוט דערויף עפענט ער א טיר דורך אנכאפן די הענטל מיט זיין האנט וועלכע איז פריער געלעגן אויף זיין מויל. די ווירוס גייט דאן ארויף אויפ'ן טיר הענטל און דער מענטש (אדער עטליכע) וואס כאפט אן דעם זעלבן הענטל דערנאך נעמט ארויף די ווירוס אויף זיין האנט און פון דארט געדויערט שוין נישט לאנג ביז ער רירט אן זיין מויל אדער נאז און די ווירוס גייט אריין אין זיין קערפער.
גריפע דערווייל איז נאך נישט פאראן א מעדעצין וועלכע קען היילן די גריפע איינמאל מען איז שוין אנגעשטעקט דערמיט. אנטיביאטיקס העלפן נישט ווייל זיי קענען נאר אומברענגן באקטעריע אבער די גריפע איז א ווירוס. עס זענען אבער יא פאראן א רייע דראגס וועלכע קענען פארקערצערן די לעבן פון די גריפע. די מעדעצינען קענען נישט ארויסטרייבן די ווירוס אבער קענען יא צוריקהאלטן די אנגעשטעקטע צעלן זיי זאלן נישט קענען גיין ווייטער אנשטעקן אנדערע צעלן און דאס פארקירצערט די לעבן פון די גריפע איינמאל די אימון סיסטעם טרייבט איר ארויס.
היסטאריע פון קאנאדע אין יענע יארן האט געהערשט געפערליכע קרענק אין אייראפע וועלכע האבן אומגעברענגט טויזנטער, אויב נישט מיליאנען, מענטשן. די אייראפעאישע וואס זענען אנגעקומען קיין קאנאדע האבן מיט זיך מיטגעברענגט די קרענק וועלכע האט באלד אפעקטירט אויך די אלט-געזעסענע אייוואוינער איבערלאזנדיג שווערע טויזנטער טויטע און קראנקע. די צוויי שטערקסטע קרענק זענען געווען מיקמעק וועלכע האט אפגעווישט באלד ניינציג פראצענט פון די נייע קאנאדישע באפעלקערונג און אויך א שטארקע עפעדימיק אין דעם 17'טן יאר-הונדערט וועלכע איז שטארק צושפרייט געווארן אין מזרח קאנאדע און אומגעברענגט טויזנטער. די קאנאדער האבן שווער געארבעט אפצושטעלן די אלע מגפות דורך אריינברענגען די מערסט פארגעשריטענע וואקסינאציעס פון בריטען און פראנקרייך. אויך האט מען אויפגעשטעלט א אימיגראציע קאנטראל וועלכע האט נישט ערלויבט פאר אנגעשטעקטע אייראפעאישע אריינצוקומען אין לאנד.