Top 10 similar words or synonyms for אורטיילן

איבערוועגן    0.914654

בערד    0.911318

פארשטערקערן    0.903298

zamek    0.900703

ארויסצולאזן    0.898552

ציגארעטן    0.897044

פרידליכע    0.896542

אמעדעא    0.895293

ציגלער    0.891137

גלויביגע    0.890294

Top 30 analogous words or synonyms for אורטיילן

Article Example
אנקלאגע אויב די דזשורי בארעכטיגט דעם תובע דעמאלט דארף דער ריכטער אורטיילן ווי שטארק צו באשטראפן דעם ניתבע.
נירנבערג פראצעס די אורטיילן פון דעם נירנבערג פראצעס איז נישט נאר א סענזאציע אויף די אורטיילן וואס האבן אנבאלאנגט די פערזענליכע באשולדיגטע, נאר עס ווערט געזעהן פאר א אינטערנאציאנאלע אפטייטש פון געזעץ שטעלונג אויפן באזיס פון קריוודעס קעגן דער מענטשהייט און/אדער ציוויליזאציע.
זשורי איינמאל דער אורטייל פון די זשורי ווערט פארגעליינט וועט דער ריכטער דארפן אורטיילן לויט זייער באשלוס אזוי לאנג ווי ער האלט אז זייער אורטייל שטימט מיט'ן געזעץ. אויב נישט האט ער די כוח דאס איברצודרייען און אורטיילן אנדערש ווי זיי זאגן. איינמאל זיין פסק איז ארויסגעגעבן קען מען שוין נישט צוריקדרייען אפילו אויב עס קומט אן נייע אינפארמאציע און די איינציגסטע שאנס איז אן אפיעל געריכט וועלכע וועט באטראכטן אלע אינפארמאציע און אויך דער פסק פון דעם ערשטן ריכטער און נאר אויב ער וועט איינזען דערין א טעות וועט ער אקצעפטירן די קעיס און איבערמאכן דעם גאנצ'ן משפט מיט די זעלבע און אויך פרישע אינפארמאציע.
קריג'ס געזעצן נאך די יוגאסלאוויע געריכט אורטיילן האבן אסאך לענדער אנגעהויבן פארלאנגען מען זאל אויפשטעלן א פערמענאנטע אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אין צוגאב צו דער אינטערנאציאנאלער געריכט פון יוסטיץ וועלכע גיט זיך אויך אפ מיט אינדיווידועלע קאנפליקטן. די פאראייניגטע פעלקער האט זיך דאס אונטערגענומען און האט אפיציעל איינגעשטעלט דאס געריכט אום דעם ערשטן יולי 2002 און באשטימט אלע ריכטער.
אנקלאגע אויב די טענות און געפעכטן קומען נישט צו קיין ענדע און יעדער פארשטייט אז מען וועט זיך נישט קענען אויסגלייכן קען מען גיין מיט א שטאפל ווייטער און נעמען אן ארביטעיר וועלכער איז ענליך צו אן מידיעטאר אבער קען די געזעצן פון געריכט און נאכ'ן אויסהערן ביידע צדדים וועט ער ארויסגעבן זיין מיינונג וואס דאס געריכט וועט אורטיילן און געבן די ברירה פאר ביידע זייטן דאס צו אקצעפטירן אדער גיין ווייטער אין געריכט.
קאכן די ביכער די סעקיוריטי עקסטשעינדזש קאמיסיע האט אונטערגענומען אן אויספארשונג נאך אין אנפאנג 99' ווען זי האט אנטדעקט אז חשבונות שטימען נישט. צעביסלעך האט מען אויפגעדעקט אלעס וואס די עקזעקיוטיוון האבן געטאן מיט די פירמע'ס געלט אויפ'ן חשבון פון די אינוועסטארס. דריי עקזעקיוטיוון זענען אנגעקלאגט געווארן: דער פרעזידענט, דעניס קאסלאוסקי, דער טשיף פינאנציעלער אפיציר, מארק שוואורטס, און דער גענעראלע קאונסיל, מארק בעלניק. זייערע אורטיילן זענען ערווארטעט אין די קומענדיגע מאנאטן.
FBI מאנכע אמעריקאנער פון אלע שיכטן און קרייזן, שוין אפגערעדט פון די מינאריטעטן, רעדן זיך אפ אויף די פולע אומרעכטן וואס זיי נוצן אויס אונטער זייער מאכט איינפלוס קעגן פשוט'ע אמעריקאנער בירגער, און אפטמאל איז עס אפילו טויט שטראף אורטיילן, און אפילו ווען זיי אנערקענען יא אמאל אז זיי האבן געמאכט א טעות דערקלערן זיי נישט אין אן אפענעם וועג כדי ריינצואוושן יענעם'ס נאמען, נאר קודם פאררופן זיי א גרויסן פרעס קאנפערענץ און באזינגען יענעם, און דערנאך סעטלען זיי דעם קעיס אונטער באהאלטענע אפמאכן וואס צווינגט יענעם (און רוב פעלער) נישט ארויס צו געבן קיין שום דעטאלן, אונטערן מאנטל אז עס קען שאטן פאר די זיכערהייט פון דעם לאנד
מאפיא די ערשטע גרויסע מאפיא גרופע איז צושטאנד געקומען און ניו ארלענס, לואיזיענע, וואו די מאפיא האט געהאט גוטע פארבינדונגן מיט די פאליציי און האבן אפגעטאן וואס זיי האבן געוואלט אן געברענגט ווערן צו גערעכטיקייט. נאך צענדליגער יארן האבן א גרופע איינוואוינער געקעמפט די מאפיא און האבן זיי געברענגט אין געריכט אבער די מאפיא איז געווען זייער מאכטפול און האבן אונטערגעשמירט און געסטראשעט די עדות וועלכע האבן אין די ענדע אלע גערעדט לטובת די מאפיא און זיי זענען באפרייט געווארן. נאך די אורטיילן זענען 16 פון די הויפט קעמפער אומגעברענגט געווארן דורך די מאפיא.
זשורי אין א טיפער'ן טראכט איז א זשורי זייער א גערעכטע זאך ווייל דער גערעכטיקייט סיסטעם איז נאר א סיסטעם וועלכע דארף גיין לויט די פארשריפטן וועלכע עס איז אויסגעשטעלט צו גיין און עס קען פארזען אסאך זאכן. די זשורי זענען א גרופע פון נארמאלע דורכשניטליכע מענטשן וועלכע באטראכטן אלע אינפארמאציע און עדות'שאפטן און נוצן זייער פשוט'ן דעת אויב יענער איז שולדיג אדער נישט. כאטש דער ריכטער קען אורטיילן אנדערש ווי די זשורי האט באשלאסן איז אבער כמעט נישט פאראן אזא זאך ווייל דער ריכטער לערנט די זשורי וויאזוי צו נוצן די אינפארמאציע וואס זיי זעען און וויאזוי צו נוצן די טראכטונגן לויט דאס געזעץ.
קאנטערטעראריזם עס זענען געהערט געווארן קריטיק פון אלע זייטן אז אמעריקע פארלעצט די רעכט פון איר אייגענע קאנסטיטוציע און אויך די אינטערנאציאנאלע געזעצן. די בוש אדמיניסטראציע האט אבער געצייגט אז וויבאלד די געפאר פון טעראריזם איז אזוי גרויס און געפארפול איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה. וויאזוי אימער, האט די פעדעראלע געריכט דאס אומבארעכטיגט אין דעצעמבער 03' זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט, לויט'ן נאן דעטענשן אקט, נישט געהאט די רעכט, אלס קאמאנדיר אין טשיף צו לאזן ארעסטירן אן אמעריקאנער אויפ'ן אמעריקאנער באדן אן אים לאזן זיך לעגאל פארטיידיגן. אויך האט א פעדעראלע געריכט אין קאליפארניע געאורטיילט אז די ארעסטאנטן אין גואנטאנאמע בעי ווערן דארט געהאלטן אומלעגאל, אויסער אויב מען קלאגט זיי אן און זיי באקומען די רעכט זיך צו פארטיידיגן מיט אן אדוואקאט. די בוש אדמיניסטראציע האט אפיעלט ביידע אורטיילן וועלכע האלטן יעצט אינדערמיטן.